די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
איש האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

די מאגאזינען "די וואך" און "א בליק"

שליחה דורך איש האמת »

קינד און קייט ווייסט צו זאגן פון דער פיקטשער מאגאזינען די וואך, און א בליק, יעדע וואך מיט פרישע פיקטשערס פון אדמורים רבנים דיינים אישי החסד ועסקנים ובנן של קדושים,

דאס אז ס'איז א חורבן פאר יודישקייט, לכאורה וואלט יעדער געדארפט מסכים זיין מיט מיר, דעיס אז זיי האבען די דעה ברצונו מאריך וברצונו מקצר גרויס צו מאכן קליין מאכן (ווענדט זיך וויפיל דער רבי באצאלט) איז היפש אמת, ווייל די רעביס אליין דילען מיט די בעלי בתים פאר זייערע פעידזשעס,

נאר אויף די יעצטיגע דער בליק, וואס איז היינט ערשיינען לכ' פורים, איז אויף די פראנט דעקל, האדמו"ר יואל לעבוויטש מפעסט שליט"א, דאס מיינט אז די בעלי בתים אליין מאכן חוזק פון די רעביס, און יואל לעבאוויטש מ'פעסט מיט די אזוי באקרוינטע און גערופענע אנשי החסד און פאליטישענס מיט די שחורים זענען אייניג מיט די היינטיגע רבנים ואדמור"ים.

אני הקטן וואלט געהאלטן אז די ערשטע זאך וואס די אדמורי"ם ורבנים וואלטן געדארפט טוען, איז צו אסר'ן די אלע אזא סארט מאטריאל, ווי דער וואך, און דער בליק, נאר די תירוץ איז....

איז דער דעת פון דער קאפי טרינקערס דא אין קאווע צימער אויך אזוי??

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר