דער פארראט פון דער היימישער מידיא

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

דער פארראט פון דער היימישער מידיא

שליחה דורך העניך »

וואס איז דאס מידיא? פארוואס דארף מען האבן צוטריט צו אינפארמאציע איבער געשעענישן און נייעס? מ'לייענט אז אמאליגע צדיקים האבן איינגעזען אז מ'דארף האבן אן אייגענער פרעסע אז מ'זאל נישט "דארפן צוקומען" צו אומאויסגעהאלטענע צייטונגען און זשורנאלן. וואס הייסט "דארפן צוקומען"? פארוואס זאל איינער דארפן צוקומען צו א צייטונג? וואספארא וויכטיגע ראלע שפילט אן אינפארמאציע-קוואל אין דעם לעבן פון א מענטש?

דארף מען "צוקומען" צו א צייטונג כדי צו וויסן וואס טוט זיך אין בורמא אדער אין עגיפטן, און אויף דעם ארויף האט מען געגרינדעט די היימישע צייטונגען? אוודאי נישט. די אויפגאבע פון א צייטונג איז צו געבן פאר אירע לייענער רעלעוואנטע אינפארמאציע וואס איז נוגע זייער לעבן. ווי נענטער די אינפארמאציע איז צו זייער לעבן, אלס מער דארף מען רעדן דערפון און אלס מער וועט די צייטונג ווידמען צייט און פלאץ דערפאר. א ניו-יארקער צייטונג וועט ווידמען פונקט אזויפיל פלאץ פאר ניו-יארקער נייעס ווי פאר אינטערנאציאנאלער נייעס. איי איז דען דא פונקט אזויפיל נייעס אין ניו-יארק ווי עס איז דא אין דער גאנצער איבעריגער וועלט צוזאמען? אוודאי נישט. נאר פאר א ניו-יארקער איז לאקאלע נייעס וויכטיגער ווי אינטערנאציאנאלער נייעס, וועט די צייטונג האבן פיל מער רעפארטערס אין ניו-יארק, און וועט שטערקער דעקן לאקאלע נייעסן און פרטים פאר אירע לייענער. אינטערנאציאנאלע נייעס איז אויך נוגע, אבער פיל ווייניגער ווי לאקאלע.

א צייטונג איז געמאכט אז אירע לייענער זאלן זיין ווי מער אינפארמירט איבער די געשעענישן וואס זענען ווי מער נוגע פאר אירע לייענער. ווי וויכטיגער א שטיקל אינפארמאציע איז פאר דעם לעבן פון די לייענער, אלס מער דעקונג וועט דאס באקומען אין דער צייטונג. די ראלע פון דער צייטונג איז צו געבן פאר אירע לייענער א פאקטועלן בליק איבער זייער לעבן, און אלעס וואס שפילט זיך אפ ארום און ארום זייער לעבן. דאס ברענגט דעם מענטש צו מאכן אינפארמירטע באשלוסן אין לעבן, און ערלויבט אים צו זיין קלארער איבער די פראבלעמען וואס זענען פאראן און די מעגליכע לעזונגען. אויף וויכטיגע פראגעס און פראבלעמען וואס זענען נאנט נוגע אירע לייענער, וועלן צייטונגען נישט נאר דעקן די טרוקענע פאקטן פון די נייעס, נאר וועלן רעדן צו עקספערטן, דרוקן אינטערוויוס, און אפילו שרייבן עדיטאריעלס וואס געבן אן ערנסטן בליק אויף דעם ענין - פון דעם פערספעקטיוו פון דער רעדאקציע.

לא כן די היימישע צייטונגען. אז עס מאכט זיך א פרשה וואס מ'פירט דורך מאסן-ארעסטן פון היימישע אידן אויף פארברעכנס וואס זענען ליידער זייער פארשפרייט ביי אונז, נעמט מען אן א מויל מיט וואסער און מ'הערט נישט קיין פיפס. מ'לאזט די לייענערשאפט טאפן אין דער פינסטער, הערן האלבע שמועות פון א שכנ'ס עלטער-פעטער וואס פארמאגט וואטסעפפ; מ'איז רואיג מיט'ן מצב אז טויזנטער מענטשן ווארטן צו הערן קלארע אינפארמאציע איבער וואס עס האט פאסירט און הדרכה אז עס זאל מער נישט פאסירן, ואין עונה. די היימישע צייטונגען וואס זענען געגרינדעט געווארן אז מ'זאל צו זיי "דארפן צוקומען" און נישט צו די אנדערע טריפענע אויסגאבעס, וועלן ווייטער ווידמען צענדליגער בלעטער פון פראפאגאנדע וועגן דינערס און מלוה מלכה'ס, און רוטינע גוזמאות איבער אלע הצלחות פון מוסדות און קהילות. אבער קיין איין ווארט וועט מען נישט רעדן פון אונזערע אמת'ע פראבלעמען וואס איז אונז נוגע טאג-טעגליך.

אין בארא פארק האט א מיידל-שולע זיך פארמאכט דעם חודש אלול, בלויז טעג פאר דער נייער לערן-יאר, לאזנדיג צענדליגער מיידלעך אן קיין שולע. די צייטונגען וואס דרוקן יעדן טאג ריזיגע ארטיקלען וועגן יעדן פיצל שול וואס עפנט זיך בכל קצוי תבל, האבן נישט געקענט טרעפן קיין ארט צו שרייבן וועגן אזא טרויעריגע און וויכטיגע אנטוויקלונג וואס איז נוגע פאר מענטשן וואס וואוינען אין בארא פארק.

יעדער פארשטייט די פאליסי נישט צו שרייבן קיין שלעכטס וועגן היימישע אידן, אבער עס האלט היינט ביי אן אבסורד אז דער גאנצער באדייט פון א צייטונג איז פארלוירן געווארן. עס איז מער נישט קיין קוואל פון אינפארמאציע וואס איז נוגע דעם לעבן פון אירע לייענער, נאר אן אנגייענדער מאשין פון פראפאגאנדע. גארנישט מיט אינפארמאציע, גארנישט וועגן וואס איז וויכטיג.

__________
אינספירירט דורך [tag]פליקער[/tag]
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר