פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

שליחה דורך בן אדם »

אלס א קאו-פאונדער פון OJPAC (ארטאדאקס דזשואיש פובליק אפעירס קאונסיל), האבן אנדערע און איך פארדאמט העצע וואס גיסט זיך צומאל אויף די בלאגס, אין די מידיא אדער אין די גאסן. עס איז וויכטיג אז סיי ווער וואס האט א שטימע – א שרייבער, א צייטונג, א פאליטיקאנט אדער איינער מיט א סאושעל מידיא אקאונט – זאל פארשרייען און פארשמיצן העיט. די אויפטו דערפון איז אז דער וואס פארשפרייט די העיט זאל וויסן אז ער איז אויסגעשפיגן, און דער וואס טראכט פון טאן די זעלבע זאך זאל וויסן אז עס איז אן אראפ-געקיקטע זאך.

אויף די אנדערע האנט ווייסט מען אבער אין די וועלט פון לאו ענפורסמענט אז געבן צופיל דעקונג פאר א פארברעכער קען גורם זיין אז דער פארברעכער זאל עס טאן נאכאמאל און\אדער אז קאפי-קעהטס זאלן יענעם נאך מאכן אויך צו באקומען די זעלבע פובליסיטי. דאס איז די חורבן מיט די אבנארמאל ברייטע דעקונג וואס די מידיא – אריינגערעכנט דזשואיש דשורנאליסטן – געבן פאר אומרעלעוואנטע טראולס אויף טוויטער וועלכע האבן גאר קליינע אקאונטס פון וואו זיי שיקן ארויס העסליכע זאכן קעגן אידן.

די דזשורנאליסטן האבן ריטוויטעט פילע פון די טוויטס אדער עס פאראדירט אויף טעלעוויזיע אדער עס אריינגעלייגט אין ארטיקלן אויף פאפולערע וועבסייטס ווייל די העצע קומט פון ראדיקאלן וועלכע שטיצן טראמפ, האט די מידיא געטראפן א געצייג צו באשמירן טראמפ, אבער א דאנק געבן אזעלכע ברייטע דעקונג פאר די לוזערס, האבן די לוזערס זיך פאמערט אין צאל און זייערע שטיק האט זיך פארברייטערט. זיי באקומען א מאס דעקונג אויף וואס זיי האבן געארבעט יארן צו באקומען אבער האבן עס קיינמאל עררייכט און א דאנק דעם זענען זיי היינט פארשפרייט מער ווי אפילו א יאר צוריק.

נו, וועסטו פרעגן "זאל מען נישט רעדן דערפון?" אדרבה רעדט דערפון, זאג פאר דיינע צושויער, ליינער און פאלאוערס וואס דו האסט געזען אויף טוויטער אבער הייב נישט ארויס א לעבעדיגע בילד מיט די נאמען און פראופייל פון יעדע העיטער ווייל דאס געבט זיי פובליסי. קענסט זאגן "מענטשן שיקן ארום צו אידישע רעפארטער בילדער פון אויבענעס און גאז קאמערען" אנע דעם וואס דו זאלסט צייגן דעם טוויט אליינס אדער עס רי-טוויטען וואס דאס געבט פאר'ן אירעלווענט העיטער נאוטיפיקעישאנס יעדע מאל מענטשן רעפלייען צו זיין טוויט. זעענדיג די אטענשאן וואס ער באקומט, געבט עס יענעם חיזוק צו גיין ווייטער.

ענליך קען מען זאגן אויף די צוזאם קום פון ראדיקאלן אין וואשינגטאן די סי שבת וירא: קיינמאל אין אמעריקע האבן 220 מענטשן ביי א צוזאם קום וואו 7.5 פון זיי האבן געגעבן דעם נאצי סאלוט נישט באקומען אזויפיל דעקונג ווי זיי באקומען איצט. זיי האבן א יערליכע מיטונג אבער די איבערגעטריבענע דעקונג היי יאר איז די בעסטע רעקרוטירונג געצייג פאר זיי.

דערפאר איז גוט אז טראמפ פארדאמט העיטערס (דירעקט דורך אים צי דורך זיין קאמפיין איז עס שוין געטאן געווארם אכט און צוואנציג מאל) אבער נישט עס איבערטרייבן, ווייל איבערטרייבן זיינע פארדאמונגען געבט פאר העיטערס מער אטענשאן וואס עס קומט זיי.

מאנכע פרעגן פארוואס איז טראמפ אזוי ווילד שארף מיט זיינע פארדאנמונגען קעגן די ניו יארק טיימס אבער נישט קעגן די העיטערס וואס זענען געווען אין וואשינגטאן פאריגע וואך. אפשר, בלויז אפשר, ווייל די טיימס האט מער רעפארטער ווי די אלע מענטשן וועלכע זענען געווען ביים עווענט. אפשר, בלויז אפשר, ווייל בעת וואס דעיוויד דוק האט 24.6 טויזנט פאלאוערס אויף טוויטער האט די הויפט אקאונט פונעם ניו יארק טיימס 31.7 מיליאן?

ב"ה מער מענטשן הערן מיר אויס יעדע שעה אין טאג אויף קול מבשר ווי די 220 לוזערס וועלכע זענען געקומען צום עווענט. אפשר זאל איך צוליב דעם באקומען נאציאנאלע דעקונג פאר א גאנצע וואך? דיוק האט 78 פאלאוערס פאר יעדע אקאונט וואס ער פאלאוט; איך האב ב"ה 1,167 פאלאוערס פאר יעדע אקאונט וואס איך פאלאו. איך זע נישט אז די נאציאנאלע מידיא זאל זיך טשאטשקענען מיט וואס איך האב צו זאגן טראץ דעם וואס איך בין פערצן מאל מער איינפלוסרייך אויף טוויטער ווי דער שיכור דיוק.

יעדע קאנדידאט אין אמעריקע האט העיטערס וועלכע טשעפענען זיך אן אינעם קאנדידאטור, אבער קיינמאל אין די מאדערנע היסטאריע – אריינגערעכנט אין 2016 ווען בלעהק פאוער ראדיקאלן און ראיאטירענדע אנארכיסטן האבן געשטיצט קלינטאן – האט מען נישט פארלאנגט פון א קאנדידאט צו אזויפיל מאל פארדאמען די אנהענגער ווי מען פארלאנגט פון טראמפ. פארוואס פארלאגנט מען עס פון טראמפ ממש יעדן טאג בעת אבאמא וואס האט אויפגערייצט די בלעהק לייווס מעטער באוועגונג פון וועם עס איז ארויס געוואקסן ראיאטן און מערדעריי פון פאליציי האט מען עס נישט פארלאנגט? ווייל די מידיא און מאנכע לינקע נוצן די אישו פון העיט פאר ריין פאליטיק. סאו נישט בלויז וואס זיי פאליטיזירן דעם אישו (א שאנדע פאר זיך), געבן זיי גאר חיזוק פאר די העיטערס דורך זיי טיילן אן אבנארמאלע מאס פון פובליסיטי.

זאגט אבער א היימישע שרייבער אז "טראמפ איז טאקע נישט קיין העיטער אבער אלס אן אפארטיוניסט זאגט ער פאר יעדן וואס זיי ווילן הערן און ער ברענגט ארויס די נעא נאציס פון זייערע לעכער." דאס שטימט נישט ווייל די נעא נאציס האסן אידן און מדינת ישראל אבער טראמפ האט דאך זיך אפען געטראפן מיט אידן ביים קאמפיין און זיי געגעבן אפענע אטענשאן, און טראמפ האט דאך פילצאליגע מאל אויך פארטיידיגט מדינת ישרא-ל. דאס גייט דאך קעגן טראמפ'ס אנגעבליכע אפארטיוניזם פון אפעלירן צו נעא נאציעס. (איז מעגליך אז דער נעא נאצי האלט אז א וואנט וועט ארויס האלטן מינאריטעטן און צוליב דעם גלייכט ער טראמפ וואס האלט אז מען דארף א וואנט צוליב זיכערהייטס און עקנאמישע סיבות? יא, מעגליך. אבער דער נעא נאצי גלייכט אויך פרישטאג. זאל מען איצט נישט עסן פרישטאג?)

אין סך הכל:


מען דארף פארדאמען העיט

געבן איבעריגע דעקונג פאר העיטערס געבט זיי חיזוק


טראמפ דארף נישט געבן לוזערס די זעלבע פאוקעס ווי פאר'ן טיימס

די מידיא לייגט אויף טראמפ א סטאנדארט פון פארדאמען העיט - יעדע מאל עטליכע לוזערס סאלוטערן אדער דיוק זאגט עפעס - וואס איז קיינמאל געלייגט געווארן אויף קיין פאליטיקאנט.


אבאמא און קלינטאן האבן דירעקט געשטיצט\געארבעט מיט א באוועגונג פון וועם עס איז ארויס געוואקסן ראיאטן; מערדעריי פון פאליציי און ראסן-מאטיווירטע פארברעכענס, אבער די מידיא האט נישט פארלאנגט יעדע צוויי טאג אז זיי זאלן עס פארדאמען בעת וואס מען פארלאנג פון טראמפ צו פארדאמען א גרופעל לוזערס מיט וועם ער איז קיינמאל געשטאנען אין פארבינדונג. איז אויב האסטו געגעבן א "פעהס" פאר אבאמא – אריינגערעכנט ווען ער האט געשטיצט אקיופיי וואל סטריט א גרופע וואס האלט אז וואל סטריט איז אויף אלעס שולדיג און ווען טראמפ האט גענוצט וואל סטריט אין זיין לעצטע ווידיא איז דאך עס געווען "אנטי סעמיטיש" – דאן ביטע דריי נישט א קאפ מיט טראמפ. דו דערנידערסט די וויכטיגקייט פונעם צוועק פון באקעמפן האסע.

ע"כ
------
נו, וואס זאגט עטס?

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר