מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:36 am

פעיק נעיוס, איז א טערמין וואס די לינקע האבען זיך אנגעשמועסט צו נוצען, און מען וועט עס מן הסתם הערען פאר א לאנגע צייט.

טראמפ האט געוואנען על אפם וחמתם פין האלב אמעריקא, און די מידיא קען נישט אראפשלינגען אז די עלעקטאריט האט אים ערוועילט כאטש זיי האבען דער שופר אין די האנט.

אין הכי נמי, טראמפ'ס איידעם האט אנדעקט פאר פארבס מאגאזין וויאזוי ער האט עס געטוהן, פייסבוק און טוויטער, דורך שטופען "אדווערטייזמענט" פאר מענטשען אין די געגענטער וואס מען האט געברויכט פאר די עלעקטאריט.

וואס האט מען געשטיפט?

עס הייסט אז געשטיפט האט ער מודעות פין קאנספריסי זייטלעך קעגען היללארי און אבאמא וכו'.

און ער האט עס געמאכט, זיין שווער האט געוואנען און די לינקע פלאצען, ווייל אין א בחינה איז ער געוועהן ויגזול את החנית, ווען די מידיא האט זיך איינגערעדט אז ווען זיי וועלען טוויסטען די נייעס אויף א אופן וואס וועט זיין גוט פאר היללארי, איז ער געגאנגען און געשטיפט פאלנע שקרים וואס האבען אפשר בלויז א קורטוב של אמת, און די מידיא קען זיך נישט שלאגען מיט דעם.

דער חידוש? די קארפען קעפ האבען נישט געהאט קיין איינונג פין דעם.

אוודאי איז דער רוסלאנד אינוואלוומענט א שקר, אבער די מידיא טוט עס מיט א לבוש של אמת, מען נעמט א קאמפאני זאל זיין גרייט מעיד צו זיין אז פילייכט זעהט אויס ווי די רוסען זענען די וואס האבען געקענט האקען דער אקאנט פין דער חכם פאדעסטע, וואס קען נעבעך נישט ניצען אימייל.

משא"כ קושנער דארף נישט א קאמפאני זאל מעיד זיין, מען מאכט אויף א קאמפאני וואס זאגט אז אבאמא האט געזאגט אז אילעגאלע זאלען שטומען, איי די גאנצע ווידיא איז פאבריצירט? דאס זאל ער זאגען.

צר לי עליך מידיא, פין דער טאג וואס ענק האבען גענומען א זייט אין פאליטיק קומט ענק נישט בעסער, יא, ענק זענען נישט אזעלכע שקרנים ווי דראדזש וחבריו, אבער קיין אנשי אמת זענען ענק אויך נישט. וכך עונשו של בדאי.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:13 am

צר לי עליך אמעריקע, שעזבת מקור מים (עכורים?), לחצוב לך בורות בורות נשברים מלאים נחשים ועקרבים.

דער פראבלעם איז נאך, אז די אלע פאוסט מידיא מענטשן פילן נאך ווי שפיץ אויבער חכמים, זיי וועלן זיך נישט לאזן מאניפולירן, די מידיא וועט זיי נישט קענען דרייען א קאפ, היינט איז א נייע וועלט, און מיט סאשעל מידיא ווייסן זיי דעם 'אמת לאמיתו' וואס די לינקע 'דיסהאנעסט' מידיא וויל נישט פארציילן:-)

איך וואלט געוואלט זען זייער פנים ווען זיי וועלן כאפן וואסערע שוטים זיי זענען, כאטש איך בין נישט זיכער דער טאג וועט אמאל קומען.

און צו סיי וועמען וואס האט הנאה פון דעם נצחון אין די עסטאבלישמענט און אין די מידיא, פריידט אייך נישט אזוי, איך זאג נישט אז זיי פארדינען זיך עס נישט, דעי העד איט קאמינג פארן פארנאכלעסיגן מידל אמעריקע, אבער במציאות איז דאס געווען א זיג פאר טפשות און פלאכקייט, קליין קעפיגקייט ווס. חכמה און סאטיספאקציע. אמעריקע איז קיינמאל נישט געווען ווייסעך ווי קלוג, און דער וואל רעזולטאט אנטשפרעכט צו מאכן אמעריקע נאך פיל נארישער. טפשות האט זיך געהויבן דעם קאפ.

(אגב, במציאות האבן אלע אינטעליזשענס אגענטורן געזאגט פאבליקלי - חוץ די 'נייטראלע' עף בי איי, וואס וואטשט זייער נישט צו באאיינפלוסן עלעקשאנס כידוע - אז דער די ענ סי העק איז טאקע געקומען פון רוסלאנד (און פילייכט אויך דער פאדעסטא העק, איך ווייס נאר נישט צי זיי האבן גערעדט כלפי דעם)).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:41 am

“I think the biggest piece of fake news in the election was that Donald Trump couldn’t win,”

Kellyanne Elizabeth Conway
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1551 מאל

Re: מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:47 am

https://youtu.be/NKhGEeZSQs0
הערט אויס ביי צוויי א האלב מינוט איר וועט זיך באלעקן די פינגערס פון די טיפשות און קאנספיראציע וואס מענטשן גלייבן.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 976 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:07 pm

דאס אז עס איז געוועהן רוסלאנד איז א קאנספריסי נישט ווייניגער ווי דריי מיליאן אילעגאלע שטומען.

נישטא קיין ראיות. סך הכל אפאר טעקנישאן'ס וואס זאגען אז עס זעהט אויס.

ועוד, העקערס ווייסען צו שטעלען כאילו עס קומט פין דארט.

מסתבר איז אז די העקערס זענען געוועהן בערני סענדערס מענטשען די ערשטע מאל, און טראמפ'ס די צווייטע מאל.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:16 pm

אישתשבי
אלף) די גאווערמענט פון די US זאגט אז ס'איז געוועהן רוסלאנד, נישט "עפעס א קאמפעני". בית) קיינער זאגט נישט אז קושנער האט געשטיפט די פאלטשע נייעס. נאר די פלאכע קעפ טראמפ שטיצערס האבן עס געשיקט ווייטער און ווייטער, און טראמפ אליין און זיינע הויפט סאראגעט'ס האבן געשטיפט פעיק נייעס אין זייערע טוויט'ס.

ליין די אינטערויו'ס מיט די שרייבערס פון די פעיק נייעס. זייער מאטיוו איז געוועהן אז זיי זאלן האבן אסאך וויזיטערס ביי זייער וועבסייטס און ס'זאל זיי ברענגען געלט. זיי האבן געטרייט צו שרייבן פאלטשע נייעס קעגן טראמפ מיט די האפענונג אז קלינטאן שטיצערס זאלן עס ארומשיקן אבער עס האט נישט געארבייט. גלייב נישט מיך, פרעג זיי אליינס. ליין די אינטערוויו'ס. נאר ווען זיי האבן געשריבן משוגענע פאלטשע מעשיות קעגן קלינטאן איז עס געווארן "וויירעל" ווי פייער ווייל פלאטשיגע טראמפ שטיצערס האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט אמת, און האבן ארומגעשיקט יעדע זאך קעגן קלינטאן נישט קיין חילוק ווי צודרייט.

דאס איז אלעס געזאגט געווארען אויב די ביסט אינטערסירט אין פאקטען. אויב די ווילסט דיך סתם פרייען מיט די זיג פון מעכטיגע טריליאנער טראמפ קעגן נארישע קאראפט קלינטאן פריי דיך געזינטערהייט און זיי דיך מחיה מיטפאלטשע פאקטען.
באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:51 pm

Trump voters tell CNN that California 'allows' illegal voting
באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 312
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 4:19 pm

קאליפארניע גיבט drivers license פאר אילעגאלע סיטיזענס, עס איז גאנץ מסתבר אז זיי זענען אויך רעגיסטרירען צו שטומען.

ווייל דער לינקע מידיע וויל נישט נאך קוקען צו יא אדער נישט, נאר פארלאזען זיך אויף דעם וואס דער שטאט שרייבסט אז מען מוז זיין א סיטיזען צו שטומען, מיינט נישט אז עס איז פעיק נייעס.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך ליפא » פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 4:24 pm

California DMV
Department of Mexican Voting
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1551 מאל

הודעהדורך ליפא » מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 9:34 pm

IMG-20161203-WA0042.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1551 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג מערץ 21, 2017 11:10 am

נעכטן איז פארגעקומען א גרויסע פארהער ווי קאומי האט געדארפט ענטפערן אסאך שווערע שאלות אויף וואס די פאבליק וויל הערן ענטפערס. אויף רוב פון די קשיות על כל פנים די שווערע קשיות האט ער זיך ארויסגעדרייעט פון ענטפערן קלאר אזוי אז נאכן פארהער איז די עולם געבליבן מיט די זעלבע קשיות. איין זאך וואס איז גאנץ שאקירנד אז ער האט יא קלאר געמאכט איז אז די רוסן האבן נישט געהעקט דזשאן פאדעסטא'ס אימעיל אקאונט. ס'איז גאר אינטערעסאנט ער זאל זיך לאזן אזוינס הערן ווייל לענ''ד קען ער דאס נישט זאגן/וויסן חוץ אויב ער ווייסט ווער עס האט עס באמת געהעקט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 944 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 21, 2017 11:31 am

סוועט ענק גאר ווייניג העלפן, ער מיט זיינע מענטשען זענען טיעף אין פעקל... קענסט דרייען וויאזוי דו ווילסט, אבער ער מיט אלע זיינע רעכטע חלומות זענען דערנאך... גארנישט גייט אים נישט דערווייל, נישט קיין וואנט, נישט קיין ריפלעסן אבאמאקעיר, נישט קיין מוסלים בען, -גארנישט גייט אים גיין, מ׳גייט אים רודפן ביזן טויט. ער האט צופיל שונאים פאר א גיטע סיבה. ער איז אווער.
הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל ר״מ חכמי לובלין אויפוואקסענדיג אין שאץ וואס איז נאנט צו וויזניץ האט זיך אסאך געדרייט ביים אהבת ישראל און זיך געהאלטן פאר א שטיקל תלמיד, ער האט געזאגט ״עבודה האב איך מיך אויסגעלערנט אין וויזניץ״. ער האט זיך כסדר מזכיר געוועהן ביי אים און געבעטן די סב״ק הסכמה אויף
זיין ספר.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3984 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2543 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » דינסטאג מערץ 21, 2017 12:11 pm

אישתישבי האט געשריבן:צר לי עליך מידיא, פין דער טאג וואס ענק האבען גענומען א זייט אין פאליטיק קומט ענק נישט בעסער, יא, ענק זענען נישט אזעלכע שקרנים ווי דראדזש וחבריו, אבער קיין אנשי אמת זענען ענק אויך נישט. וכך עונשו של בדאי.

יעצט געליינט דיין באריכט, כ'ווייס נישט וועלכע שקר האסט געזעהן אין דראדזש אבער נישט אהין וויל איך מיר באציען.
די מידיע ווואס די רייסט אזוי אראפ איז א חסד ה' פאר אונז אידן און פאר אלע מינארעטי גרופעס, ס'איז זייער וויכטיג פאר דעמאקראטיע און ס'לאזט זיך אפילו זאגן אז זיי האלטן אן פרייהייט איבער די וועלט. זיי האבן אראפגעברענגט דיקטאטורן וואס האבן געדארפט אראפגעברענגט ווערן, און וועגן זיי פירן זיך פאלעטישאנס יושר'דיג. איך זעה נישט קיין שום טובה אין אראפרייסן די מידיע.

די מערכה וואס פרעזידענט טראמפ פירט אן קעגן די מידיע זעהט מען געווענדליך ביי דיקטאטורן און אנדערע סארט קארופטירטע מענטשן.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 21, 2017 12:56 pm

שבת אחים האט געשריבן:סוועט ענק גאר ווייניג העלפן, ער מיט זיינע מענטשען זענען טיעף אין פעקל... קענסט דרייען וויאזוי דו ווילסט, אבער ער מיט אלע זיינע רעכטע חלומות זענען דערנאך... גארנישט גייט אים נישט דערווייל, נישט קיין וואנט, נישט קיין ריפלעסן אבאמאקעיר, נישט קיין מוסלים בען, -גארנישט גייט אים גיין, מ׳גייט אים רודפן ביזן טויט. ער האט צופיל שונאים פאר א גיטע סיבה. ער איז אווער.

שבת אחים: פריי דיך נאכנישט פריצייטיג. טרונק נאכנישט קיין לחיים. (קענסט טרונקען לחיים. אבער נישט אז טראמפ איז געגאנגען אין די ערד.) טראמפ האט נאכנישט געהאט קיין מפלה. און ער וועט אויך בעז"ה נישט האבן. אמעריקע איז נאך דערווייל אמעריקע בחסדי השי"ת. ס'איז נאכנישט קיין סאציאליסטיש אדער קאמוניסטיש געשטימט לאנד. איך פארשטיי. דו און בערני סענדערס ע"ה האבן געהאט זיסע חלומות פון עטאבלירן א גינסטיגע קאמוניסטישע באנאנא רעפובליק אין די יו. עס. אוו עי. דו און בערני האבן דאך א גוט הארץ. און זיי וועללן נישט צולאזן אזא בלוטיגע רעוואלוציע ווי די אין רוסלאנד וועלכע האט געברענגט קאמוניזם. עטץ גייטץ נאכנישט אויפוועקן מענטשן אינמיטן די נאכט און זיי אוועקפיהרן להריגה אדער קיין סיביר אויף 85 יאר. מ'עט נישט צולאזן אזא גרויזאמען רוצח ווי דער פאטער סטאלין צו זיצן ביים רעדל. די נייע ק.ג.ב. אין ענקער קאמוניסטישן גן עדן וועט נאר איידלערהייט אריינרופן מענטשן זיי אויסצופרעגן. פארשטייצעך אויסער די קרימינאלן די גרויסע עשירים וועלכע טוען אונטערדריקן די ארימע מאסן. זיי וועללן מיר נישט נאר אויפוועקן אינמיטן די נאכט און שטערן זייער זיסן שלאף אין די באקוועמע בעטן. נאר אונז וועללן זיי אריינלייגן אין קאנצענטראציע לאגערן און זיי מאכן שטיין אין-25 דעגרי וועטער אנגעטון נאר מיט זייערע אונטערוועש. די רייכע קליידער וועט מען אראפרייסן פון זיי און געבן פאר די ארימע מאסן...!

המשך יבוא אי"ה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6358 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 21, 2017 3:01 pm

שבת אחים וועט מען אויך שיקען אין לאגער,ווייל אמאהל איז ער געוועהן קאפאטיליסט און געהארעוועט אין א גראסערי פאר פרנסה, און דאס איז דאך א גרויסע עבירה.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 21, 2017 3:03 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:צר לי עליך מידיא, פין דער טאג וואס ענק האבען גענומען א זייט אין פאליטיק קומט ענק נישט בעסער, יא, ענק זענען נישט אזעלכע שקרנים ווי דראדזש וחבריו, אבער קיין אנשי אמת זענען ענק אויך נישט. וכך עונשו של בדאי.

יעצט געליינט דיין באריכט, כ'ווייס נישט וועלכע שקר האסט געזעהן אין דראדזש אבער נישט אהין וויל איך מיר באציען.
די מידיע ווואס די רייסט אזוי אראפ איז א חסד ה' פאר אונז אידן און פאר אלע מינארעטי גרופעס, ס'איז זייער וויכטיג פאר דעמאקראטיע און ס'לאזט זיך אפילו זאגן אז זיי האלטן אן פרייהייט איבער די וועלט. זיי האבן אראפגעברענגט דיקטאטורן וואס האבן געדארפט אראפגעברענגט ווערן, און וועגן זיי פירן זיך פאלעטישאנס יושר'דיג. איך זעה נישט קיין שום טובה אין אראפרייסן די מידיע.

די מערכה וואס פרעזידענט טראמפ פירט אן קעגן די מידיע זעהט מען געווענדליך ביי דיקטאטורן און אנדערע סארט קארופטירטע מענטשן.


אוודאי איז פרידאם אוו פרעס א וויכטיגע זאך, אבער זיי זענען נישט ערליך, זיי ריפארטען אלע נייעס איין זייטיג, אהן קיין בושות, און זיי טוהן זיך פראקלאמירען אלץ נישט איין זייטיג. שעים אן דעם.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג מערץ 21, 2017 5:42 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:די מערכה וואס פרעזידענט טראמפ פירט אן קעגן די מידיע זעהט מען געווענדליך ביי דיקטאטורן און אנדערע סארט קארופטירטע מענטשן.

וואס פאר א מערכה? ער טאר נישט זאגן זיין מיינונג? וואס פאר א פרייהייט איז א סיסטעם ווי ער טאר נישט זאגן וואס ער האלט (און צומאל פאקטן) ווייל נאכדעם וועסטו געוואויר ווערן אז די האסט קיינמאל נישט געהאט קיין דעמאקראטיע? ווי לאנג דארפן אונז אמעריקאנע זיך לאזן פירן פון פאלטשע פאליטישאנס און מידיא וואס רעפרעזענטירן נישט אונזערע אינטערעסן? יא איהם קומט קרעדיט פאר'ן דיר ווייזן אז דיין אזוי גערופענע דעמאקראטיע איז קיין דעמאקראטיע.

דיקטאטורן האבן דיקטירט די מידיא אין זייערע לענדער. האט ער אמאל געצווינגען די מידיא יא אדער נישט עפעס צו דעקן? אדער גאר וויאזוי צו דעקן? די ווייסט גאנץ גוט אז אונטער אובאמא איז די מידיא געווען אסאך מער געצוימט ווי אונטער טראמפ.

עיין וויקיליעקס וועסטו זיין זייער קלאר וויאזוי די די.ען.סי. האט דיקטירט די מידיא. און איך רעדט נישט דא פון קיין קאנספיראציע נאר בלויז א טרוקענע פאקט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 944 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 21, 2017 8:16 pm

הגם די ברענגסט ארויס שטארקע נקודות, האט דער מידיא פשוט מיטגעארבעט מיט די דעמאקראטן ווייל זיי האבן אזוי געוואלט, נישט ווייל זיי האבן געמוזט.

טראמפ האקט אויף זיי און מאכט א גוטע דזשאב, זיי קענען זיך נישט אהין טוהן. אבער למעשה איז עס א צוויי עקעדיגע שווערד, ווייל טראמפ איז זייער גוט פאר די נייעס, ווייל זיי האבן וואס צו דערגיין מיט יעדעס מאל ער טוויט.

אנדערע פרעזידענטען, אין די ערשטע צייט פין זייער פרעזידענט איז נישטא קיין נייעס.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

הודעהדורך טרויבן88 » דינסטאג מערץ 21, 2017 8:51 pm

ליפא האט געשריבן:California DMV
Department of Mexican Voting

איך מיין אז עס איז מייקל סעוועדזש'ס ווארט??....
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך מערץ 22, 2017 12:00 am

אישתישבי האט געשריבן:אוודאי איז פרידאם אוו פרעס א וויכטיגע זאך, אבער זיי זענען נישט ערליך, זיי ריפארטען אלע נייעס איין זייטיג, אהן קיין בושות, און זיי טוהן זיך פראקלאמירען אלץ נישט איין זייטיג. שעים אן דעם.

כ׳האב נישט געזאגט אז די מידיע זענען עפעס צדיקים, דאך טרייבט ער איבער, און די מידיע פעלט אויס אין די היינטיגע וועלט
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 22, 2017 12:59 am

שלום שטיסל האט געשריבן:כ׳האב נישט געזאגט אז די מידיע זענען עפעס צדיקים, דאך טרייבט ער איבער, און די מידיע פעלט אויס אין די היינטיגע וועלט

ער שרייט אויך נישט אז די מידיא זאל זיך פארמאכן. ער האט אויך נישט געזאגט אז די מידיא פעלט נישט אויס. ער האט געזאגט אז די מידיא איז איינזייטיג און נישט ארענטליך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 944 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך מערץ 22, 2017 1:13 am

אישתישבי האט געשריבן:טראמפ האקט אויף זיי און מאכט א גוטע דזשאב, זיי קענען זיך נישט אהין טוהן.

כ׳האב אבער מורא אז אין די לאנג ראן גייט ער שאדן האבן דערפון, אנדערע פרעזידענטן וואס האבן זיך נישט פארטראגן מיט די מידיע האבן צום סויף דערלייגט
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1659 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:28 am

איך האלט אויך אז טאמער טראמפ זאל ענדיגן זיינע אכט יאר בשטו"מ איז עס א נס חוץ לדרך הטבע, פשוט ווייל דער כעס אויף זיין חוצפה מאכט אז זיינע שונאים זאלען וועלען טוהן אלעס אין די וועלט אים צו לייגען אין דער ערד.

ד.ה. ווען בוש השני איז געווארן פרעזידענט האבן די דעמאקראטען אים אויך היבש געשטערט פין אויספירן וואס ער האט געוואלט, אבער ער האט זיך נישט גערייצט מיט זיינע שונאים, פונקט פארקערט, ער האט פרובירט צו זיין א נייס גיי.

טראמפ איז אבער א מחוצף וואס חוץ פין דער עשיר יענה עזות, האט ער א ספעציעלע חוש וויאזוי אויף צורעגען א מענטש, און ער טוט דאס וויפיל ער קען.

אין די לעצטע מעשה פין זיינע ווייערטאפונג סקאנדאל, האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו שרייבן אז אבאמא איז א נערווען קראנקע משוגענע. הגם עס האט זיך אויסגעשטעלט נעכטען אז טראמפ איז געוועהן גערעכט, מען האט אים יא ווייערטאפד, וואלט בוש נישט געהאט די חוצפה צו בלעימען און רופען קארטער א נערווען קראנקע משוגענע (הגם אויף אים וואלט עס געוועהן היבש פאסיג).

און צום שלוס, דא קען מען נאכאמאל זעהן די היפאקראטיע פין די לינקע מידיא, ווי די נייעס פין נאנס אז ער האט געטראפן בפירוש אז מען האט יא אבזערווירט טראמפ האט ס.נ.נ. נישט געפינען פאר וויכטיג צו ריפארטען נעכטען, נאר הערשט היינט.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:02 am

מען האט 'אים' 'נישט ווייערטעפד', אזוי זאגט נונס.

און די נייעס איז געווען אלל אווער סי ען ען נעכטן א גאנצן טאג.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1713 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 9:04 am

BREAKING: Jewish Israeli Teen Arrested For Making Hundreds Of Threats Against JCC’s Around The Globe

וועט די מידיע זיך אנטשולדיגן פאר טראמפ?
נעה...
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1551 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט