די ערשטע זייט איז דער פנים פון דער צייטונג. דארטן שטעלט מען דעם טאן איבער וואס איז אויף דעם סדר היום, און דארטן גיט מען חשיבות פאר די געשעענישן פון דער טאג אדער וואך.
ווי באקאנט האבן די ערשטע זייט פון די חרדישע אידישע צייטונגען זיך דראסטיש געטוישט די לעצטע יארן. ביז 6-7 יאר צוריק פלעגן אלע דריי צייטונגען פארמאגן אן ערשטע זייט וואס איז נאכגעגאנגען דעם פארמאט פון די חשוב'ערע צייטונגען אין אמעריקע ווי דעם "ניו יארק טיימס", פון קעפלעך איבער קאלומס פון נייעס. אין די לעצטע יארן זענען די נייעסן זעלבסט גענצליך אראפ פון דער ערשטער זייט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך באזעצט קעסטעלעך פון קעפלעך וועלכע צייכנען אן וואו אין דער צייטונג מ'קען געפונען די באשרייבונג אויף דעם נעמליכן ענין.
"די צייטונג" איז געווען די לעצטע אנצונעמען די שינוי, און האט עס ערשט אנגעפאנגען ווען זי האט געטוישט צו א קלענערן פארמאט. דער איד האט אין די לעצטע יארן איינגעפירט נאך צוויי שינויים, איינס, דער קלענערער פארמאט, און צוויי, די ערשטע זייט איז אוועקגעדרייט געווארן צו דער זייט, אויפצונעמען אויך די לעצטע זייט. דאס האט גורם געווען אז היינט צו טאג זעט זיך דער איד מיט א גאר נארישע און אומבאלומפערטע ערשטע זייט וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
דער אונטערשטער חלק פון דער ערשטער זייט איז באמת די לעצטע זייט, און כמעט קיינער קוקט נישט וואס דארטן שטייט. עס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט. דער אויבערשטער חלק, וואס דארט וואלט שוין יא געדארפט זיין מיוחד זיך צו קענען שפילן מיט די נייעס, גיט אוועק בקביעות כמעט א דריטל פאר אן אדווערטייזמענט פאר דער "קהילות" אפטיילונג. אפשר קוים 60% בלייבט איבער וואו מ'קען נאך שרייבן עפעס נייעס, און אויב איז דא א בילד נעמט עס אויף כמעט דאס גאנצע פלאץ.
צוליב דעם גאר ענגן ארט פאר דעם הויפט העדליין, זענען כמעט אלע העדליינס די זעלבע גרויס, און די רעדאקציע גיט נישט פאר די לייענער קיין שום אנדייטונגען איבער וואס איז גרויסע נייעס, און וואס איז נישט עפעס אויסערגעווענליך. די נייעס לייענט זיך פלאך, אן קיין דראמע, אן קיין קול -- עפעס ווי מ'וואלט אריינגעשטופט א קלאסיפייד אין א שלום-זכר בלעטל.
בקיצור, ס'איז פלאטשיג און אומפראקטיש -- און ס'איז צייט צו טוישן.
די גאר ענגע פלאץ וואו דער איד קען שרייבן נייעס ארומגענומען מיט רויט: