דער איד'ס אומבאלומפערטע ערשטע זייט

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

דער איד'ס אומבאלומפערטע ערשטע זייט

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 6:16 pm

די ערשטע זייט איז דער פנים פון דער צייטונג. דארטן שטעלט מען דעם טאן איבער וואס איז אויף דעם סדר היום, און דארטן גיט מען חשיבות פאר די געשעענישן פון דער טאג אדער וואך.

ווי באקאנט האבן די ערשטע זייט פון די חרדישע אידישע צייטונגען זיך דראסטיש געטוישט די לעצטע יארן. ביז 6-7 יאר צוריק פלעגן אלע דריי צייטונגען פארמאגן אן ערשטע זייט וואס איז נאכגעגאנגען דעם פארמאט פון די חשוב'ערע צייטונגען אין אמעריקע ווי דעם "ניו יארק טיימס", פון קעפלעך איבער קאלומס פון נייעס. אין די לעצטע יארן זענען די נייעסן זעלבסט גענצליך אראפ פון דער ערשטער זייט, און אויף זייער פלאץ האבן זיך באזעצט קעסטעלעך פון קעפלעך וועלכע צייכנען אן וואו אין דער צייטונג מ'קען געפונען די באשרייבונג אויף דעם נעמליכן ענין.

"די צייטונג" איז געווען די לעצטע אנצונעמען די שינוי, און האט עס ערשט אנגעפאנגען ווען זי האט געטוישט צו א קלענערן פארמאט. דער איד האט אין די לעצטע יארן איינגעפירט נאך צוויי שינויים, איינס, דער קלענערער פארמאט, און צוויי, די ערשטע זייט איז אוועקגעדרייט געווארן צו דער זייט, אויפצונעמען אויך די לעצטע זייט. דאס האט גורם געווען אז היינט צו טאג זעט זיך דער איד מיט א גאר נארישע און אומבאלומפערטע ערשטע זייט וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס.

דער אונטערשטער חלק פון דער ערשטער זייט איז באמת די לעצטע זייט, און כמעט קיינער קוקט נישט וואס דארטן שטייט. עס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט. דער אויבערשטער חלק, וואס דארט וואלט שוין יא געדארפט זיין מיוחד זיך צו קענען שפילן מיט די נייעס, גיט אוועק בקביעות כמעט א דריטל פאר אן אדווערטייזמענט פאר דער "קהילות" אפטיילונג. אפשר קוים 60% בלייבט איבער וואו מ'קען נאך שרייבן עפעס נייעס, און אויב איז דא א בילד נעמט עס אויף כמעט דאס גאנצע פלאץ.

צוליב דעם גאר ענגן ארט פאר דעם הויפט העדליין, זענען כמעט אלע העדליינס די זעלבע גרויס, און די רעדאקציע גיט נישט פאר די לייענער קיין שום אנדייטונגען איבער וואס איז גרויסע נייעס, און וואס איז נישט עפעס אויסערגעווענליך. די נייעס לייענט זיך פלאך, אן קיין דראמע, אן קיין קול -- עפעס ווי מ'וואלט אריינגעשטופט א קלאסיפייד אין א שלום-זכר בלעטל.

בקיצור, ס'איז פלאטשיג און אומפראקטיש -- און ס'איז צייט צו טוישן.

די גאר ענגע פלאץ וואו דער איד קען שרייבן נייעס ארומגענומען מיט רויט:
בייגעלייגטע פיילס
unnamed.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:57 pm

קען זיין איך בין אנדערש, אבער איך לייען יא אפ דעם אונטערשן חלק מיט די אלע קלענערע העדליינס. מסתמא טוען אזוי אויך אנדערע מענטשן.
אבער איך גיב גערעכט אז ענדערש זאלן זיי אהינשטעלן די קהלה נייעס און לאזן דעם אויבן אן פאר די דאמינירנדע וועלט נייעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14797
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17585 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 8:04 pm

די זאכן אויף אן ערשטער זייט "מוזן" די לייענער זען. אויב איז פאראן אן אפציע בכלל נישט צו זען איז זייער שווער צו זאגן אז דאס איז די ערשטע זייט. דער טיימס האט אויך אן אונטערשטער טייל פון דער ערשטער זייט, אבער כדי צו עפענען די צייטונג מוז מען זען די גאנצע ערשטע זייט.

אלזא דער איד'ס אמת'ע ערשטע זייט איז בלויז דער אויבערשטער חלק -- און אפילו דארטן איז עס אומבאלומפערט פארקרימט צו דער זייט, און אנגעפילט מיט נארישקייטן, לאזנדיג בלויז גאר א קליינעם ארט פאר די וועכנטליכע נייעס.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:09 pm

עקסעלענט פוינט.

איך גראדע ליין דער איד נאר פאר די קהילות סעקשן, די אנדערע נייעס ווייס איך שוין ביי דע טיים דאנערשטיג ראלס עראונד.

בד"וו, איי וואנדער ווילאנג עס גייט נעמען ביז דער אשכול וועט פארוואנדלט ווערןאון א אהרן/זלמן לייב רעפערענדאם.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:17 pm

דער איד איז א מומחה פון האבן מיאוסע ערשטע זייטן. פון אלע ליטארעטור איז דער איד דאס ערגסטע.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1515
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:22 pm

אייז קריעם האט געשריבן:עקסעלענט פוינט.

איך גראדע ליין דער איד נאר פאר די קהילות סעקשן, די אנדערע נייעס ווייס איך שוין ביי דע טיים דאנערשטיג ראלס עראונד.

בד"וו, איי וואנדער ווילאנג עס גייט נעמען ביז דער אשכול וועט פארוואנדלט ווערןאון א אהרן/זלמן לייב רעפערענדאם.

אפשר איז פארהאן נאך פיל אזעלעכע ווי דיר, און דאס איז די ציל דערפון. סוכ"ס סערווירט ער בעיקר איין קרייז און זיי זענען בעיקר די קאסטומער.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:12 pm

פרייוויליג האט געשריבן:דער איד איז א מומחה פון האבן מיאוסע ערשטע זייטן. פון אלע ליטארעטור איז דער איד דאס ערגסטע.

דאס איז נישט אייביג אזוי געווען, נאר אין די לעצטע יארן. לאנגע יארן פלעגט "די צייטונג" פארמאגן די טרוקנסטע ערשטע זייט, מיט דעם וועכנטליכן העדליין אקוראט די זעלבע גרויס.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך signout » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:59 pm

מען לייגט היינט אסאך כוחות אין די ערשטע זייט אין מען שיקט עס ארום אין צושפרייט עס אויף סאשעל מידיע, (אינטערסאנט צו מערקן אז די וועג פין לייגן קעפלעך אויפן דעקל האט דער בלאט אריינגעברענגט ביי די היימישע צייטונגען אין דער איד זייער הויפט קאמפעטישאן איז נאכגעקומען)
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:49 am

די ערשטע זייט פון דער איד אין א וואך וואס קען זיין איינער פון די וויכטיגסטע נייעס-וואכן אין אמעריקאנער היסטאריע.
בייגעלייגטע פיילס
unnamed.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:14 am

פרייוויליג האט געשריבן:דער איד איז א מומחה פון האבן מיאוסע ערשטע זייטן. פון אלע ליטארעטור איז דער איד דאס ערגסטע.

פרייוויליג: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. ווייל כהיום האט דער בלאט איהם שוין אנגעיאגט, און אפשר אויך איבערגעיאגט אין האבן העסליכע העדליינס אויף די ערשטע זייט. ער ווילל דאך אייביג זיין פויפסטליכער פונ'ם פויפסט... און דער איד, כידוע האט דאך א פרענטשייז אויף אידישקייט און דעם באשעפער, כביכול. ממילא קענען זיי זיך ערלויבן פון צייט צו צייט צו האבן א נארמאלע ערשטע זייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11547
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט