קאווע שטיבל אונטער אטאקע!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

קאווע שטיבל אונטער אטאקע!

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]היות די דזשואיש מידיע גרופ האט גענומען פאר א מיסיע צו סאבאטאזשירן אונזער שטיבל מיטן גנבענען ארטיקלן פון אונזערע שרייבער, עטליכע פון אונזערע גרויסע שרייבער בעטן זיך שוין חדשים צו דעם גזלן ער זאל אויפהערן גנבענען זייערע ארטיקלן, אבער איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז די געבעט פאלט אויף טויבע אויערן, נאר גאר יעדע מאל מלייגט ארויף אזא ביטע צום אדמין פון די גרופעס ווערט מען פארזענדליך אטאקירט, סיי אין אישי אויף גאר א מיאוסע אויפן מיט סטראשונקען און כל מיני לשונות של ניבול, און סיי ברבים זוכט דער וואנזיניגער פארשוין אריינצושלעפן אין א דיסקוסיע מסביר צו זיין פארוואס דער שרייבער וואס פלאגט זיך אויף א ארטיקל האט ניטאמאל די רעכט אים צו בעטן צו געבן קרעדיט פאר דעם וואס עס קומט זיך קרעדיט.

אונזער טייערער חבר העניך האט געוויינט חדשים אויף די פאקט אז יעדע פון זיינע ארטיקלן ווערן געגנבעט אן זיין רשות, און ער איז נישט דער איינציגסטער, איבער צוואנציג פון אונזערע אקטיווע שרייבער האבן שוין אויסגעדריקט זייער ווייטאג דערויף, אבער ס'איז רוב מאל געפאלן אויף טויבע אויערן, אדער האט עס באקומען א בחורישע אויבערחכמישע ריספאנס. וואס ס'פאסירט אבער איז אז ס'פארגייט די אפעטיט פאר די שרייבער פון נאכאמאל זיך אפפגעבן צו שרייבן א גוטער ארטיקל. עטליכע פון אונזערע שרייבער האבן שוין טיילווייז פארלאזט דעם שטיבל נאר צוליב דעם גנב, מיר קענען נישט און מיר גייען נישט זיצן שטיל.

אשר על כן קום איך דא מיט א ביטע לטובת אונזער שטיבל, ביטע שיקט א אימעיל מיט אייער אייגנארטיגער לשון צו abuse@telegram.org אדער צו dmca@telegram.org און באריכטעט די געמיינט שטיק פון jewish media וואס זייער URL איז https://t.me/JewishMedia און זייער אדמין איז @Z9Admin לויט ווי טעלעגראם זאגט דא https://telegram.org/faq#q-a-bot-or-cha ... at-do-i-do גייען זיי נעמען שריט פון אזעלכע חזירים וואס גנבענען פון אנדערע.


ווער איז דזשואיש מידיע?
דזשואיש מידיע איז א הענדיקעפד פארשוין וואס האט נישט קיין פינגער אליין צו אויפצוקלאפן ווערטער און ער קען זיך נאר באנוצען מיט גניבה שטיק, דער גאנצער טשענעל זיינער שטינקט פון קאפ, ס'באשטייט פון ארויפלייגן יעדע סארט נערישער און שמוציגער קליפ וואס פארט ארום אויף די גרופעס, אן קיין שום נארמאלע באזעצענע נייעס, פארט אין די היינטיגע וועלט איז אים געלונגען צו באקומען נאכפאלגער טאקע צוליב דעם וואס ער גנבעט ביי אונז אין שטיבל פון צייט צו צייט עטליכע גוטע ארטיקלן און ער לייגט דאס ארויף מער וויייניגער אין זיין אייגענע נאמען, ווען ער געבט יא פאר איינעם קרעדיט טוט ער דאס קונצליך אז סזאל גאר אויסקוקן ווי דער שלום שטיסל אדער שטילע אינגערמאן איז גאר א שרייבער פאר זיין טשענעל, חוץ די פאר גניבות איז די גאנצע טשענעל א מקום פאר קטנים ביז מ'באקומט שתי שערות, סאיז ממש א בושה אז א באזעצענער מענטש זאל זיין אויף אזא גרופע.

אז איך האב שוין די פעדער אין די האנט לאמיר דערמאנען אז א ריזיגע פראצענט פון זיינע פאלאוערס זענען גוים גמורים צוליב דעם פאקט וואס ער אדווערטייזט זייערע טשענעלס און זיי אדווערטייזן זיינע, און פון א גרויס טייל פון די סחורה וואס ער שיקט ארויס קומט ארויס א געפערליכער חילול ה'. איינער פון זיינע שגץ שטיק איז אז יעדער קליפ וואס ער נעמט פון ערגעץ אנדערשט לייגט ער ארויף זיין בוקמארק כאילו ער האט דאס געמאכט און ווען איינער קאפירט עס שרייט ער פלניא גלזנא ווי דער קאזאק הנגזל, כאטש יעדער פארשטייט אז דאס האט גארנישט מיט אים, און אויב עפעס איז ער בסך הכול דער גנב ראשון.

ווי דער אנפירער פון די טשענעל פרובירט זיך אראפצומאללן און יעדע דריטע פון זיינע תגובות איז ער נישט עפעס אבי ווער, נאר ער האט עטליכע אדמינס, און ער קען קוים אניאגן די שווערע ארבעט פון קאפירן און גנבענען ווערק פון אנדערע, ער איז [נישט] סתם עפעס סתם א בחור וואס זיצט אין א דארמעטארי צימער און שיקט מעסעדזשעס, נעהה, קלאפט אייך אויפן מויל, מ'רעדט דא פון א ערענסטע סי אי או פון א ריזיגע פירמע מיט צענדליגער איינגעשטעלטע וואס שיקט ארויס טעלעגראמען איבער די וועלט, אן די גרויסע פירמע וואס שטייט אינטער די לייצעס פון איר גרויסער סי אי או יר"ה וואלט די וועלט נישט געשטאנען דארט ווי זי שטייט יעצט, מיר דארפן נישט אריינגיין אין די ליצנות שבו, פארוואס דארף ער א גרופע ארבעטער צו קאפי פעסטן אפאר נערישע מעסעדזשעס. פארוואס האט ער נישט אליין די מעגליכקייט צו נוצן זיין קלעבעדיגע האנט צו מאכן א פשוטער קאפי פעסט.

ווי מיר זעהן פון זיינע תגובות דא אין שטיבל איז זיינע סאושעל סקיללס אזוי שוואך אז מקען פארשטיין פארוואס חוץ קוקן ווידיאוס טויג ער נישט צו גארנישט, ער איז פון די סארט אויב מ'האלט אים פאר מיט א ריכטיגע שאלה לויפט ער ארויס פון צימער און האקט צו דעם טיר, איר קענט די טיפ מענטשן? זיין מח איז אזוי באגרעניצט אז ער פארשטייט ניטאמאל די רעכט וואס א ניק האט איבער זיינע ווערק

כאטש מיר קענען אים ביים נאמען און עטליכע ניקים האבן געהאלטן אז איך זאל שרייבן צו אים און קורא בשמו זיין פון דעם באנדיט און נישט ביים טשענעל נאמען, דאך האב איך דערווייל גענומען א שטעלונג דערקעגן, איך ציל נישט מיין רעוואלווער צו א אנדערע ריכטונג, און איך פלאן דערווייל נישט צו באזינגען זיין גאנצער משפחה, איך אנערקען זיינע רעכטן און זיין רעכט צו בלייבן פריוואט, און מיין ציל איז נאר צו באשיצן אונזערע רעכטן, און צום האפענונג וועט ער עס אויך אנערקענען.

איך וויל קלאר מאכן, מיין ציל איז נישט נקמה אדער סיי וועלעכער טעראר, נאר היות מקען נישט טרעפן א אנדערע וועג צו רעדן צו אים מוז מען ניצן זיין שפראך, אויב קען ער אריינקומען אין שטיבל און קלאר שרייבן א אנטשולדיגונג און זיך פארנעמען אז פון היינט און ווייטער גייט אזאנס מער נישט געטאהן ווערן, און ער גייט ארויסלאזן זיינע בחורישע אויבער חכמות פון דעם אנטשולדיגונג, דאן וועט מען איבערמאכן א באשלוס בנוגע דעם אשכול.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר