טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך ליפא » פרייטאג פעברואר 17, 2017 1:43 pm

איינער אויף א''וו ברענגט עס גוט ארויס

די ערפארענדע ריפארטערס וואס זיצען ביי פרעזעדענטליכע פרעס קאנפרענסיס, געווענדליך האבען מיט זיך גרייט בעיקר דריי ערליי שאלות,
א) אויב ער איז דער ערשטע צו ווערן געפרעגט (וואס דאס לייגט אראפ כעין א יסוד, ער שטעלט דעם טאון, און ווי אויך שטעלט דער מאוד פונעם פרעזעדענט)
ב) אויב ער וועט געפרעגט אינדערמיט (וואס זיין שאלה קען ווערן פארלוירען ציווישען אלע אנדערע שאלות, אדער פארקערט זיין שאלה ווערט א גאנצע עסק)
ג) אויב ביסטו דער לעצטע צו פרעגען (בדרך כלל וועט דער פרעזעדענט זאגט 'אקעי איין מער שאלה"), דאן וועט א ערפארענדע ריפארטער פרעגן אינגאנצען עפעס אנדערש (ווי לדוגמא "ווי אזוי טעיסט די עסן פון דער ווייסע הויז" וכו'), על אחת כמה וכמה ווען ער זאגט בפירוש ער זוכט א 'פרענדלי' שאלה.

דא, טורקס איז אומשולדיג, ווען ער וועט אנגעוויזען אינמיטן דער פרעס קאנפרענס דאן מאכט זיין 'שאלה' זייער גוט סענס צו ווערן געפרעגט, אבער זיין טעות איז געוועהן אז דער פרעזעדענט האט קלאר געזאגט ער וויל ענדיקן ועוד בפירוש געזאגט אז ער זוכט א 'איזי' שאלה, בכהאי גוונא וואלט טורקס געדארפט אפלאזען זיין אנגעגרייטע שאלה בנוגע 'אנטסימיטיע' (וואס איז גאנץ א רעכטע שאלה צו ווערן געפרעגט) און ער וואלט געדארפט פרעגן א שאלה וואס פון דעם איז משמע ווי כאילו ער נעמנט זיך שטארק אן פאר דער פרעזעדענט און גיבט איהם גאר חיזוק. בפרט נאך אזא לאנגע אנגעצויגענע פרעס קאנפרענץ.
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1842
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1580 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג פעברואר 17, 2017 1:48 pm

אפילו זאל זיין אמת וואס יענער פון א"וו זאגט, איז דאס אפשר א גוטע הערה אויף טורקס' זשורנאליסטישע סטראטעגיע, אבער נאכאמאל, די שאלה איז נישט דא צי ער איז דער בעסטער זשורנאליסט, נאר צי וואס ער האט געטון איז ריכטיג און צי טראמפ איז גערעכט געווען מיט'ן אים באוואשן. און דער תירוץ איז אז ער האט געמעגט פרעגן וואס ער האט געוואלט, און די פראגע איז געווען אקטועל נעמענדיג אין באטראכט אז טראמפ דרייט זיך ארויס פון ענטפערן דערויף, און טראמפ איז געווען משוגע און שלעכט, כדרכו, מיט זיין "ענטפער".
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:04 pm

ליפא האט געשריבן:איינער אויף א''וו ברענגט עס גוט ארויס

זאלסט מיר מוחל זיין אבער די דיסקוסיע אויף א"וו איז זייער רינדעריש, יעדער איז דארט ביזי אז מ'איז אין גלות וכו', אפשר זאל מען אויך אויפהערן טוהן ריעל עסטעיט און פארקויפן אינשורענס ווייל מ'איז אין גלות, פארוואס דארף מען זיין אויף די ספאטלייט אז אידן קויפן ריעל עסטעיט אין בושוויק, סארא מין גערעדאכץ דאס, מ'נעמט דעם טורקס און מ'הייסט אים אויפגעבן זיין קאריערע ווייל מ'איז אין גלות, אפשר דארף מען אויפהערן בלאגן אויף אייוועלט ווייל מ'איז אין גלות, למה תתראו...

אנדערע באשולדיגן אז דער טורקס גייט מיט א צעשטרויבעלטע בארד אן א שניפצל און דאס פארשעמט ממש אלע אידן, דא קומט מיר ממש צום לאכן, ווייל די זעלבע האלטן אז משה דוד נידערמאן מיט זיין פעלטי שטאפן היט איז א גאונות פון א קידוש ה', משא"כ טורקס דארף גיין מיט מעיקאפ און א שניפצל. דאס ווייזט אויך אז די מערסטע וואס ער ווייסט וועגן טורקס איז זיין קאפל און זיין בארד, זיין געשמאקע כאריזמאטישע שפראך און זיין קאריערע צו וואס ער איז אנגעקומען דאס איז מינדערווויכטיג פאר אים. וואס ס'פאלט אים נישט איין איז אז מ'קען נוצן די זעלבע שפראך פארקערט, אפשר איז א קידוש ה' אז א חסידישע איד איז אנגעקומען צו אזא קאריערע.

-----------
@כוכב טענקס פאר די קאמפלימענט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שלום שטיסל אום פרייטאג פעברואר 17, 2017 6:09 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1693 מאל

הודעהדורך קומזיץ » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:07 pm

די שאלה פאר זיך איז זייער גיט , נאר פון די וועג וויאזוי ער פרעגט קען זיך הערן(פאר אימפאלסיו סעלפ סענטערד מענטשן) ווי א טענה אויפן פרעזידענט און די אדמיניסטרציה הלמאי מ'האט נאך גארנישט געטוהן וועגן דעם אין דעס וואלט ער געקענט פרעגן אביסל בעסער
און די חנופה אנהייב איז אויך נישט געוועהן אויפן פלאטץ , טראמפ שטאלטצירט זיך נישט אז זיין איידעם איז א יוד ער וואלט געדארפט עפעס זאגן וואס טראמפ האט געטוהן... ווייל דאס וואס ער וויל הערן אז "ער" טוט און איז א סוקסעס , נישט א אידילאגישע מעלה אז ער האט א איידעם א יוד
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך קומזיץ » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:11 pm

[[/quote]
כוכב האט געשריבן:שלום שטיסל איז פון די געשמאקסטע שרייבערס קאווע שטיבל האט אמאל געהאט.

כוכב פלעגט דא אמאל הערליך שיין שרייבן :oops:
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:18 pm

איך פארשטיי אינגאנצן נישט די דיסקוסיע דא צו טורקס האט יא געקענט אדער נישט געקענט פרעגן בעסער/אנדערש, זוי ווי זוי האט טראמפ געטוהן א משוגענע זאך און א עוולה מיט די וועג וויאזוי ער האט גערעדט, אפילו נאכן פארענטפערן דעם פרעזידענט דורך טורקס גיבט דאס ׳אפשר׳ צן פארשטיין פארוואס דער פרעזידענט האט אזוי געעקט, אבער בארעכטיגן די התנהגות קען טורקס אויך נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3821
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4635 מאל

הודעהדורך קומזיץ » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:44 pm

אמת טראמפ האט זיכער געטוהן א עוולה , אבער טורקס האט דא נישט פראבירט צו זיין אויפן לינקן זייט פונים פרעזידענט, פארקערט גאר ער האט פראבירט צו זיין נייס און ערגעץ איז עס געווארן אנגעזעטץ איז מען דן ווי האט ער זיך פארגרייזט
קומזיץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

הודעהדורך החוקר » פרייטאג פעברואר 17, 2017 2:54 pm

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, אבער די אלע דא און אויף א"וו וואס זענען פארנעמען מיט זעלבסט-באשולדיגונג, אז טורקס וואלט געקענט דאס פרעגן און יענץ פרעגן, אזוי פרעגן אזי פרעגן, און אז טורקס איז שילדיג אין טראמפ'ס רעאקציע, ליידן פון זעלבסט זיכערהייט, זיי האבן מורא וויאזוי גייט מיר יעצט די גוי אנקוקן? בין איך גענוג סאפיסטיקירט אין זיינע אויגן, גענוג פראפעשאנאל?

ברודער טייערע, טורקס האט זיך געלערנט דזשורנאליזם און ער טוט עס לענגער פון דיר, גלייב איך אז ער קען בעסער זיין פעלד. נאכמער איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז קיינער פון די אלע פראפעסיאנאלע דזשורנאליסטן צו וועמענס פיס קנעכל טורקס קומט נישט צו, האבן נישט אויפגעמערקט אז די שאלה איז פראבלעמאטיש. זיי אלע האלטן אז דער פרעזידענט איז נישט געווען אין פלאץ, יא אפילו פאקס ניוז.
החוקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:36 pm

ט'בין איך דער איינציגסטע געטרייע קאווע טרינקער וואס גייט נישט זוכען אויף אייוועלט וואס מ׳קען טרעפען אין קאווע שטיבעל? מ'איז דאך פון דארט אנטלאפען פאר א סבה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג פעברואר 19, 2017 10:56 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6271
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:17 pm

טראמפ האט נישט אויסגעהערט. טורקס האט געכאפט א פארציע. אבער דער טורקס האט עס פיין טאלערירט. בעת אלעס רידערט זיך ארום עם, קומט ער ארויף אויף פאקס צו זאגן אז ער ראנט ווי א 'פיין טאנד מאשין' און ס'האט גארנישט פאסירט. ביני לביני האט ער אריין געכאפט נאך פינף טויזנט נאכפאלגער אויף טוויטטער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:36 pm

יא יא. טורקס האט זיכער נישט דערלייגט דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6271
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך החוקר » פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:37 pm

דאס איז זיכער אז עמי גייט פארקויפן נאך אפאר קאפיעס, דר'עולם העט זיין נייגעריגקייט וואס זיי גייען שרייבן בנוגע די גאנצע סומאטאכע.
החוקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:04 pm

ראובן האט געשריבן:און אגב, אז מ'רעדט פון טורקס דארף מען באוואונדערן ווי א חסידישער יונגערמאן וועלכער האט א טאלאנט פאר שרייבן און זשורנאליזם האט באוויזן אנצוקומען צו א שיינער זשורנאליסטישער קאריערע טראץ דעם פעלערהאפטיגן עדיוקעישאן וואס מיר באקומען. פון דעם זעט מען אז עדיוקעישאן איז נישט אזוי וויכטיג, און יעדער קען אנקומען.

אופס...

טורקס איז אויפגעוואקסן אין לאס אנזשעלעס וואו ער האט באקומען א גוטן סעקולערן עדיוקעישאן. אינטערעסאנטע צופאל, נישט אזוי?

איך קען א שיינע פאר פיש זאפט טינקערס וואס רעדן עשר מונים אזא גוטע ענגליש ווי דער קעקעצדיגע ענגליש פון טורקס (איך רעד פון זיין רעדן נישט זיין שרייבן), סיי ביי די באקאנט שאלה און סיי ביי די מידיע אינטרעויו רעדט ער אויף א לעוועל פון א 7-8 יעריגער וכדברי פליקער וליפא, אבער פאר די ק''ש אנטיסעמיטן איז עס פונקט גענוג.

שעים אן יו ראובן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2388 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:37 pm

איבער שבת האב איך אביסל געטראכט.
פארוואס איז טראמפ אזוי אפגעפרעגט ביי מיר? אחוץ זיין אלע מעלות טובות, דער עיקר איז אז ער פיהרט א ריזיגע אפאראט וואס הייסט אמעריקא און נישט נאר אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, ס׳גייט איהם ניטאמאל אן צו וויסען. דאס נישט פארשטייען האקעלקייט, פרטים און פרטי פרטים, דאס איז די סכנה.

הרב טורקס איז דער זעלבע זאך. ער האט געהאט א געלעגענהייט צו רעדען מיט גאר א מעכטיגע מענטש, א מענטש וואס האט בכח צו העלפן און שעדיגען אלע אידען. ביי וועמען האסטו געפרעגט איידער עפענען דיין מויל? ט׳ווייסטו אז דא איז נישט קיין וויץ, דאס איז אן ערנסטע מעשה. דער גאנצע ענין זעט מיר אויס א לייכטזיניגקייט צו וויכטיגע זאכען.
יא, טראמפ האט זיך באנערישט און דיר באקריוועדעט, אבער ער איז דער פריץ נישט דיר, און דער קומעדיגער מאל זאלסטו איבערטראכטען און איבערפרעגן ביי א קלוגע איד וויאזוי איהם צו באהאנדלען, און צו דט זאלסט איהם בכלל באהאנדלען. דו ביסט נישט קיין יחיד דא, דו פארטרעטסט א ציבור און אזוי האסטו אליינס אויסגערופען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6271
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 10:43 pm

@ליטוואק וועם וואלסטו באטראכט אלס א קלוגער איד מיט וועם ער האט זיך געזאלט אדורך רעדן?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

CNN interview with Turx

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 11:08 pm

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9137 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 11:16 pm

טורקס איז א קלוג אינגעל, ער האט גוט געפרעגט, אבער טראמפ'ס מויל מיטן מוח זענען אין א כסדר'דיגער ברידער קרוג. ער לאזט פאלן ווערטער ווי סאלדאטן אויף א שלאכט פעלד, און לאזט זיי איבער האלב באוויסטלאז, ווען ער כאפט א פרישע ווארט און שיסט אים זאפארט אויפן פלאץ. דער מענטש האב באקומען א קללה פון ג-ט אז ווען ער עפענט זיך דאס פיסק, זעט אויס ווי א דיבוק רעדט.

בנוגע זיין RUNNING WAR מיט די מידיא, און די א.ג. FAKE NEWS סטיגמע וואס ער פראקלימירט כסדר, האב איך צוגעפאסט דעם באוויסטן משל וואס קינד און קייט ווייסן:

געווען אמאל א שטיין האקער וואס האט זיך געחלומ'ט א חלום, והנה, ער באטראכט זיך און זעט ווי ער איז אן אפגריסענעם שטיין האקער, הלואי וואלט איך געווען א קעניג ווי יעדער אפלעדירט מיך און סאלודירט מיך. און דער שטיין האקער טרעפט זיך זיצן אינעם קארעטע, מיט משרתים און באדינער ארום אים, ווען פלוצלינג הייבט די זין אן צו שיינען, יעדער מאכט זיך צו די אויגן, און מ'קען נישט קוקן, אפפס עס איז דא עפעס שטערקער פונעם קעניג, און דער שטיין האקער ווערט א זין, ער נעמט זיך שיינען, און מיט א קענטיגע הנאה זעט ער ווי מענטשן קענען זיך קוים עפענען די אויגן. פלוצלינג קומט צו גיין א וואלקן און שטיפט אים אוועק, און דער שטיין האקער ווערט א וואלקן, דערנאך קומט א רעגן און שטיפט אוועק דעם וואלקן, און דער שטיין האקער טרעפט זיך באנעצן מענטשן ווי מענטשן האלטן שורעמעס, און ער לאכט זיך אונטער ווי מאכטפול ער איז, וועט מיטאמאל קומט א ווינט און בלאזט אים אוועק, און ער נעמט זיך בלאזן מענטשן, אלעס פליט, קארס, באסעס, העלצער, אבער איין שטיין רירט זיך נישט. און ער ווערט א שטיין, פלוצלינג כאפט ער א מאכטפולער זעץ, און וועקט זיך אויף און טרעפט זיך צו זיין דעם מאכטפולסטע "שטיין האקער" אויף דער וועלט..

טראמפ סטעיק, טראמפ וויין, טראמפ האטעל, טראמפ שיך, טראמפ הויזן, נאכאלס נישט צופרידן עס איז דא מער מאכטפולע מענטשן ווי אים... דער פרעזידענט!.. דער מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט. און ער ווערט פרעזידענט... באאאאם דער 'ריכטער' איז מער מאכטפול פון אים... זיין בויך הייבט אים אן וויי צו טאן, הלואי איך קען ווען די געזעצן, עס לוינט זיך ענדערש צו זיין א ריכטער. און פלוצלינג, א נעכטיגער טאג, דער מידיא איז אסאך מער מאכטפול ווי יעדעם אויף דער וועלט. זיי קענען אויפהייבן און אומברענגן מענטשן ווי גארנישט. הלואי איך בין א רעפארטער.. אלזא לאמיר האבן א מלחמה מיט זיי, צו ווייזן אז א פרעזידענט איז מער מאכטפול פון זיי (וויאזוי האט אונזערע שטיין האקער, כמיין פרעזידענט געזאגט לעצטער וואך ביים פרעסע קאנפרעץ? אז ער וואלט געווען א גאר גוטע רעפארטער..)
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1481
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

Brian Lehrer

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש פעברואר 18, 2017 11:17 pm

Brian Lehrer אינטערוויו מיט יצחק פראנקפורטער.

http://www.wnyc.org/story/problem-askin ... tisemitism
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9137 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 19, 2017 12:56 am

רויטע וואנצעס: אבער דער פאקט איז אז אנטי-סעמיטיזם האט אייביג עקזיסטירט. ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די מידיא בלאזט עס אויף צו מאכן עס אויסזעהן מער און ערגער ווי ס'איז. דאס איז א חלק פון זייער אגענדא. ס'איז פעיק ניוז. זיי נעמען א געוויסע ערשיינונג וועלכע איז נישט ניי און בלאזן עס אויף ארויס פון א יעדן פראפארץ. מיט די מטרה פון קלאפן דעם נייעם פרעזידענט. איך האלט אז ער האט געהאט א יעדע רעכט זיך אויפצורעגן אויף דעם רעפארטער, ווייל דאס איז זייער א סענסיטיווע פראגע צו איהם.

נאך מער. דער פאקט איז אז די אויסדרוקן פון שנאה און פיינטליכע אקציעס אקעיגן אידן קומט פון די לינקע. פון די קאאליציע פון הילערי'ס אנהענגערס. און רוב טעראריזם אין אמעריקע אקעיגן אידן און אקעיגן אנדערע אמעריקאנער איז פאקטיש געקומען פון יענעם לאגער. איך גיי נישט זאגן אז דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא אדער הילערי קלינטאן זענען אנטיסעמיטן. אבער א גרויס חלק. אפשר רוב פון זייערע אנהענגערס האבן פיינטליכע געפיהלן צו אידן. אפשר איז עס פארקליידעט אין אנטי-ציוניזם, וועלכע איז היינט זייער שטארק אין סטייל ביי יענע חלק פון די גוי'אישע באפעלקערונג.

איך האב געזעהן ערגעץ א קליפ ווי די לגב"ט קאמיוני פון מדינת ישראל, וועלכע זענען ליידער זייער שטארק דארטן, האבן געוואלט האבן א מיטינג מיט די לגב"ט מעמבערס פון די יוראפיען יוניאן. און זיי האבן זיך געוואלט טרעפן מיט זיי. אבער די אייראפעישע גויים (פון די זעלבע מין. לכאורה גערודפ'טע מענטשן) האבן זיי פארטריבן פון דארט מיט די גרעסטע בזיונות. כמעט מיט פיזישע אנגריפן...! דאס איז טאקע נאך א פשט אין פסוק וואס שטייט ביי פרעה פארוואס די מכת בכורות איז געקומען אויף די מצריים..."מבכור השבי, עד בכור השפחה"...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6606 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג פעברואר 19, 2017 3:19 am

אן עי סייט נאוט, פון ווי נעמט יעדער אז טורקס האט באקומען א ״גיטע עדזשיוקעישאן"???, ווייל ער קומט פון לאס אנג׳לס און דארט האט מען נישט געווארפן קיין עפעל אויף די טיטשערס מיינט עס אז...???? אז מ׳קען אביסל בעסער ענגליש ווי א טיפּיקל עוורידזש חסיד מיינט עס שוין אז מ׳האט באקומען א גוטן סעקולארן עדיוקעישאן???.
.The good person loves people and uses things, while the bad person loves things and uses people
Sydney J. Harris
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2657 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג פעברואר 19, 2017 3:40 am

פעטער בערל. כ׳גלייב אז איר פארשטייט אז מען ברענגט נישט קיין ראי׳ פון איין יו־טוב קליפּ און נישט פון צוויי קליפס, און נישט פון צעהן, און אויך נישט פון הונדרעט. נישט אזוי מעסט מען אנטיסעמיטיזים! מען מעסט נישט קיין זאכן דורך אנליין קליפס בכלל!.
.The good person loves people and uses things, while the bad person loves things and uses people
Sydney J. Harris
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2657 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 19, 2017 7:30 am

מיין טייערער נעפיו: אבער ווען איך זעה אנטיסעמיטיזם אויף א יעדן לעוול. אפילו דארט וואו איך האב עס נישט דערווארט דארף איך נישט קיין בעסערע ראיה פון דעם.

הוא אשר דיברתי. די מענטשן מיט פאררוקטע, פארקרומטע און פארדרייטע איידיעס אויף ביידע זייטן פון ספעקטרום זעען באשיינפערליך (אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט זיך אויסדרוקן.) אז נישט דאס וואס זייער אגענדא שרייבט פאר טרייבט דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. סיי די מעמבערס פון נטרונא, וועלכע וויללן איינרעדן פאר זיך אליינס, אדער פאר זייערע שטיצערס ( ווייל פאר'ן נארמאלן עולם קענען זיי שוין נישט איינרעדן) אז אויב מ'וועט פאלגן און נאכגיין זייער אגענדא וועט זיך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזם. און סיי די געיס און לעסביענס און טרענסדזשענדערס וכל אשר ישרצו בהם, וועלכע האלטן אין איין שרייען אז דאס יושר און צדק שטייט איין ביי זיי. און די גאנצע וועלט (וועלכע איז נאך פארבליבן נארמאל) רודפ'ט זיי. זענען נאכאלץ אידן ווען ס'קומט צו אנטיסעמיטיזם. זייער אייגענע מין פון מכלומרש'ט גערודפ'טע ברואים שטויסן זיי אויך אוועק ווייל זיי זענען אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6606 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג פעברואר 19, 2017 10:55 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ט׳בין איך דער איינציגסטע געטרייע קאווע טרינקער וואס גייט נישט זוכען אויף אייוועלט וואס מ׳קען טרעפען אחן קאוועשטיבעל? מ׳איז דאך פון דארט אנטלאפען פארא סבה!



אריין אין "בין איך דער איינציגסטער" אשכול.

נ.ב. ביסט נישט דער איינציגסטער
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3821
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4635 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 19, 2017 11:34 am

החוקר האט געשריבן:איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, אבער די אלע דא און אויף א"וו וואס זענען פארנעמען מיט זעלבסט-באשולדיגונג, אז טורקס וואלט געקענט דאס פרעגן און יענץ פרעגן, אזוי פרעגן אזי פרעגן, און אז טורקס איז שילדיג אין טראמפ'ס רעאקציע, ליידן פון זעלבסט זיכערהייט, זיי האבן מורא וויאזוי גייט מיר יעצט די גוי אנקוקן? בין איך גענוג סאפיסטיקירט אין זיינע אויגן, גענוג פראפעשאנאל?

ברודער טייערע, טורקס האט זיך געלערנט דזשורנאליזם און ער טוט עס לענגער פון דיר, גלייב איך אז ער קען בעסער זיין פעלד. נאכמער איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז קיינער פון די אלע פראפעסיאנאלע דזשורנאליסטן צו וועמענס פיס קנעכל טורקס קומט נישט צו, האבן נישט אויפגעמערקט אז די שאלה איז פראבלעמאטיש. זיי אלע האלטן אז דער פרעזידענט איז נישט געווען אין פלאץ, יא אפילו פאקס ניוז.

יא: אבער דער סאבדזשעקט איז זייער סענסיטיוו פאר דאנאלד טראמפ. ערשטנס, ווייל ס'איז נישט אמת. ס'איז איבערגעטריבן און אויפגעבלאזן דורך די מידיא. פעיק ניוז...! אלס טייל פון די אגענדא אקעיגן איהם. און ער איז שוין מיעד פון זיך אייביג פארענטפערן אז ער האט מיט די אנטיסעמיטן וועלכע האבן אייביג עקזיסטירט אין אמעריקע גארנישט קיין דירעקטע אדער אומדירעקטע שייכות...! ווען ער וואלט אמת'דיג געהאט אנטיסעמיטישע איידיעס, וואלט ער גענוצט איינס פון די טויזנטער פאבריצירטע ליגנטס וואס די עכטע אנטיסעמיטן האבן אויסגעטראכט אויף אידן. לאמיר זיין רעאליסטיש. די טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע אקציעס קומען אלע, אן אויסנאם פונ די לינקע לאגער. פון הילערי קלינטאנ'ס און באראק אבאמא'ס חסידים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6606 מאל

הודעהדורך החוקר » זונטאג פעברואר 19, 2017 11:56 am

בערעלינו: עס קוקט אויס ווי דו האסט צוגעלייגט אזויפיל קאפ צו טורקס' פראגע ווי טראמפ. טורקס האט נישט פראבירט צו פארשלאגן אז טראמפ טוט אנצונדען די אנטיסעמיטיזם, אדער אז ער איז שילדיג אין סיי וואסערע וועג. ער האט סך הכל געוואלט וויסן וואס די אדמיניסטראציע/רעגירונג פלאנט צו טוען דערוועגן, דאס אלעס.
החוקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 515
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט