קינדליין אטאקעס אויף קינד-ערליך, און זייער שעדליכע צענזור

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

קינדליין אטאקעס אויף קינד-ערליך, און זייער שעדליכע צענזור

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך מערץ 08, 2017 5:43 pm

כאטש די שמועות וואס זענען פארשפרייט געווארן דירעקט פון די קינדליין רעדאקציע טישל איז געווען גאר מיאוס און געמיין דאך הערט מען צוריק אז די קינד-ערליך אויסגאבע איז עפעס וואס האט געפעלט אין די אידישע מארקעט ביז איצט, די ערשטע אויסגאבע איז געווען מלא וגדוש מיט תוכן יראת שמים און ארט פון וואס קינדער איבער די גארער וועלט האבן גאר שטארק הנאה געהאט, ווי אויך איז מען איבעראשט געווארן פון די געוואלדיגע טאלאנטפולע רעדאקציע וואס זענען זיך צוזאמגעקומען ארויסצוגעבן די שענסטע און בעסטע פאר אונזערע קינדער, פון די עטליכע מחנכים און מעללער וואס זענען אויסגערעכנט און די שער בלאט פון די קינדערליך שרייעט באזונדער ארויס הרב לייבוש לאנגער און הרב דוד ח. ווייס, ביידע פון זיי זענען באקאנט אלץ די טאפ שפאנענדע פארציילער פאר קינדער אין אונזער דור, דאס ברענגט אוטומאטיש ארויף די קינד-ערליך צום סאמען שפיץ פון היינטיגע קינדער לייען מאטריאל.

איך טראכט צוריק ווי ס'איז נאך פארן ארויסקומען געווארן אראפגעמאללען דורך אירע קאמפעטישאן אלץ א צוריקגעשטאנענע אומליינבארע אויסגאבע, און איך וואונדער מיר פון ווי האבן זיי דאס געוויסט פאר ס'איז אפילו געגאנגען צום דריק, האבן זיי טאקע א ציל צו פארסמען אונזערע מוחות מיט אלטערנאטיווע פאקטן כדי זיי זאלן זיין די איינציגסטע אויפן מארקעט, אזוי טראכטענדיג קומט מיר אריין א מחשבה, איז דעס טאקע די מענטשן וואס שרייבן פאר מיין קינד, גייט מיין קינד טאקע ליינען פון מענטשן מיט אזאנע פארדארבענע עקלדיגע מידות. אלענפאלס ס'קוקט אויס אז די מערכה דורך די קינדליין סטעף איז אומזיגבאר און זיי גייען באגראבן די נייע אויסגאבע, די מערכה גייט אן אויף יעדע פובליק פורום ווי מ'קען רעדן צו מענטשן, ווי אויך אויף אלע סאושל מידיע סייטס, ס'איז דא עטליכע וואס פרובירן צו פארטיידיגן קינד-ערליך אבער זייער שוואך, ווי אויך זענען זיי נישט אזוי שמוציג און געמיין, דעריבער הערט מען קוים וואס זיי זאגן.

קאמפעטישאן איז אזוי אלט ווי דער מענטש, יעדע זאך פארמאגט קאמפעטישאן, אבער דא פלוצים טוט זיך א פייערונג, וואס האט פאסירט, קינדליין האט באקומען א קאמפעטישאן און דער וועלט האט זיך גענדיגט, כ'וואלט ווען פארשטאנען ווען זיי קומען ארויס מיט נארמאלע טענות, אבער אנהייבן שאנטאזשירן און שמירן אומגעזאגטע סטעיטמענטס דאס איז עפעס וואס ווייזט אויף די כאראקטער פון די מענטש אליין, פון אזא מענטש וויל איך זייער נישט אז מיין קינד זאל ליינען זיינע ווערק, איך האב נאר מורא פון איין זאך, אז מיין קינד וועט נשפע ווערן פון מענטשן מיט שלעכטע פארדארבענע נאטורן. איך קען אויך פארשטיין אז מ'זאל ווערן אנגעווייטאגט ווען מ'באקומט א קאמפעטישאן אבער זיי נישט א פארברעכער, קום נישט זאגן אז יענעמ'ס אויסגאבע איז גארביטש בעפאר די האסט עס אפילו געזעהן, זאג נישט דיינע טענות פארמאסקירט אונטער א ניק, זאג כאטש אז די ביזט קינדליין, רעד נישט ווי א ציווילע בירגער ווען די זיצט אינעם קינדליין אפיס און ביים קינדליין קאמפיוטער און באקומסט א געהאלט צו קנאקן די קאמפעטישאן. ליינעדיג אויפן אינטערנעט איבערן נייעם אויסגאבע קען זיך דאכטן אז גאנץ כלל ישראל איז אנטשלאסן אין א מערכה לטובת קינדליין, אלעס קאכט און זידט ווי מ'קען נאר ליינען אידיש, ווען מ'הייבט אבער אן רעדן צו מענטשן זעהט מען אז חוץ די סטעף גייט עס פאר קיינעם נישט אן, דער עולם גייט נאך געהעריג אן מיטן סדר היום.

אויך דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מערכה קעגן די ארויסגעבער פון די קינד-ערליך איז מכלומרשט באזירט אויף זיין סטיל פון שרייבן, ווען באמת איז עס ריין קאמפעטישן, כאטש כ'פאשטיי די ארגומענט, פארשטיי איך אבער אויך וויפל די גאס פארשטייט און רעספעקטירט גוטע שרייבעריי, מ'דארף נישט מער ווי עפענען דער בלאט און זעהן ווער אונזערע שרייבער זענען און וויאזוי זיי שרייבן, אוודאי וועל איך ענדערשט ליינען א בעסער געשריבענע ארטיקל, אבער דאס איז נישט וואס דער גאס זוכט און פארשטייט. מ'דארף נישט מער ווי דער פאקט אז משה לייב דייטש איז געווארן אויפגעזאגט פונעם איד ווייל מ'האט אים נישט געהאלטן ביים באצאלן געהעריג, כאטש ער איז געווען זייער בעסטע שרייבער און איז בכלליות פון די בעסטע אידישע שרייבער, און עד היום האט אים נאך קיין איין אנדערע אויסגאבע נישט אויפגעפיקט, דאס ברענגט קלאר ארויס פון א צייטונגס קוק ווינקל וואס דער גאס זוכט און רעספעקטירט ווען מען מ'ליינט.

די קינדליין סטעף ווען זיי האבן געזעהן אז מ'רעדט דא פון א מאסיווע שיינע רייכע אויסגאבע, און זייער גאנצע פאראויס געזאגטע קריטיק צופאלט האבן זיי אפירגעקראצט א פרישע ספין אז עפעס א ארטיקל איז שוין בעפאר ערשינען אין די טריביון, אבער באמת וועם גייט עס אן, דער קינד וואס ליינט יעצט די קינדער אויסגאבע ליינט דאך נישט די טריביון און דער ערוואקסענער וואס ליינט די טריביון ליינט נישט קיין קינדער אויסגאבעס. בכלל איז דאס נישט דער מהלך פון פירן מערכות, אויב איז עס נישט אויסגעהאלטן לעגאל רוף אים אין קאורט, אויב איז עס נישט תורה'דיג דאן זיי דיר מפשר מיט אים תורה'דיג, און אויב איז עס פשוט נישט מענטשליך און דאס באדערט אזוי שטארק דאן ווי איז דיין מענטשליכקיייט?

א באזונדערע מערכה גייט שוין אן א שטיק צייט איבער די צענזור אויף אלעס ארום קינדליין, אויב איר כאפט א גרונטליכן בליק אויף סיי וועלעכער פובליק פורום, ובתוכם אונזער קאווע שטיבל פורום וועט איר זעהן די גרויליגע פאקט אז ווי נאר ס'ווערט געליפטערט א מודעה וועגן קינדליין לטוב או לרעה ברענגט עס תיכף אריין א גאנצע חברה וואס קומען אונטערזיכן די כשרות פון די תגובה און אויב ס'שמעקט זיי נישט צוליב סיי וועלעכער סיבה הייבט עס אן צו ווערן באריכטעט דורך עטליכע חברה, אזוי מאכן זיי זיכער אז קיינער קומט נישט ארויס אין די עפענטליכקייט זאגן קריטיק אויף זייער אויסגאבע. ווען איך האב אמאל עפעס געשריבן אויף די נושא איז תיכף געקומען עטליכע מעסעדזשעס פון כלוימערשט ציווילע ניקס אן קיין צד אז איך זאל עס אראפנעמען, נאכן עס אראפנעמען מפני השלום באקום איך א מעסעדזש פון איינע פון די הנהלה וואס האט געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען, פון זיין אינטערעסע האט ארויסגעשיינט אז סאיז ווילד באריכטעט געווארן צו די הנהלה כאילו דארט איז געשטאנען עפעס געפערליך, און די זעלבע געשעהט אויך אין אייוועלט, ס'גייט אזוי ווייט אז ווען עימיצער האט ארויסגעברענגט די מעקעריי קעגן די קינדליין האט איינער פון די מנהלים פון קאווע שטיבל געדארפט ארויסקומען (לכאורה נאך סטראשונגען, ווייל ווער ס'קען די סדר דא ווייזט אז דער מנהל איז איז מער ווייניגער שטיל) און שרייבן דא דאס פאלגענדע: פאר די רעקארד, די לעצטע צוויי תגובות זענען געמעקט געווארן דורך די מחברים זעלבסט. אלע אנדערע צענזור ארבעט איז געמאכט געווארן נאכ'ן באריכטעט ווערן דורך אונזערע חברים, דערמיט מאכט מען זיכער צו באהאלטן אפילו די פאקט אז ס'איז דא צענזור. די זעלבע קען מען זעהן דא דא ווי נאר ס'איז געשריבן געווארן א טענה, האט יענער באקומען א פריוואטע מעסעדזש מיט א פארלאנג צו פארבעסערן זיין תגובה, און די זעלבע ווערט אויך געזהן דא, און אויף נאך צענדליגער פלעצער. דאס איז ממש צענזור נוסח סטאלין בתפארתו.

דריי פאכיג דערקענט זיך די גרויליגע פאקט אויף די אייוועלט פורום וואס איז דער מלך פון צענזור, פאריגע וואך איז געווען דער טאהן דארט אראפצורייסן די קינדערליך אויסגאבע, אבער ווי נאר דער אויסגאבע איז ארויסגעקומען איז אפירגעקומען עטליכע וואס האבן פשוט אויסגעדריקט זייער מיינונג אז ס'איז יא אינטערסאנט געווען פאר זייערע קינדער, און אין זייערע אויגן איז עס גאר אינטערסאנט, כהרף עין איז אנגעקומען דער גבאי דארט און פארמאכט דעם אשכול, מיטן טענה אז ס'איז אלעס נייע ניקים וואס זוכן צו עדווערטייזן די אויסגאבע, אבער אז מגעבט א קוק זעהט מען אז רוב פון זיי האבן שוין הונדערטער תגובות, זעה לינק, דער ניק דארט דע מה שתשיב איז שוין אקטיוו זייט 2013 און האט שוין 627 תגובות, א אנדערע ניק מיטן נאמען נגיד וואס שרייבט: געקויפט, מיינע קינדער האבן דאס מער ליב ווי די קינדליין. האט שוין 1665 תגובות. ווילאנג מ'האט דארט אראפגעריסן דעם קינדערליך איז נישט געווען קיין מנהל צו געפינען, איינמאל עטליכע ציווילע שרייבער האבן פשוט געזאגט זייער מיינונג אז ס'קוקט זייי יא אויס אינטערסאנט דארט האט דער מנהל געפילט פאר וויכטיג צו פארשליסן דעם אשכול. איינער פון די אלטע ניקים וואס האט קוקט אויס שוין געזעהן וואס דא גייט פאר אונטערן טיש האט בדרך בדיחה געשריבן דאס. און אוי איז ער גערעכט, די ציל איז צו דערשטיקן די וואס האלטן נישט דערפון 100%, און טאקע דערפאר וועט אייביג בלייבן א מיסטעריע וואס דער גאס האלט פון קינדליין, און ס'וועט בלייבן אנגענומען אז קינדליין איז מעשוגע אינטערסאנט פאר קינדער און קיין איינער קריגט נישט דערויף. אז איר הערט מענטשן זאגן אז די קינדליין איז אינטערסאנט קען זיין צוויי זאכן, איינס אז ס'איז טאקע אינטערסאנט, צוויי אז ער זאגט נאך וואס יעדער זאגט ווי דער טבע פון מענטשן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז א גרויסע טייל פון די וואס דערציילן די מעלות פון קינדליין זענען נשפע פון די צענזור ארום און זאגן בסך הכול איבער וואס מ'פיטערט זיי אריין אין די אויערן געצווינגענערהייט, און די קריטיק וואס איר הערט אויף קינדליין איז נאר א טיפה מן הים ווייל דאס רוב ווערט פארמעקט. לאנג לעבן צו רוסלאנד.

איך וויל אבער יא לופטערן ווערטער איבער קינדליין, ס'זאל בלייבן פאר די רעקארד אלע צדדים אן קיין צענזור, ס'איז דא וואס שווערן זיך דערין אז כמוה לא היתה בישראל, און באמת די גראפיקס איז מלא טעם, ווי אויך די סיפורי צדיקים איז זייער גוט אראפגעלייגט, אנדערע זעהן אבער דערין א אידישע ליכט נאר מיט שיינע גראפיקס און שטרענגערע צענזור, אן קיין שום וועלטליכע ידיעות אדער סיי וואס אינפארמאטיוו, די אידישע ליכט און די מעלות איז קלאר מער וועלטליך און מער אפען, ווי אויך ברענגט עס אראפ קינדער לייען מאטריאל צו דעם יסוד אז סיי וואס וועלטליך אדער סיי וועלכע ידיעות חוץ תורה וחסידות איז נישט אויסגעהאלטן, דאס פארעמט די קינדס מח אז ער וועט קיינמאל נישט זיין אינטערסירט אין עפעס זאכליך. מי לנו גדול מחברינו @ראובן וואס מיט זיין שארף אויג האט ער תיכף באמערקט דעם הינזיכט ווי נאר די קינדליין איז ארויסגעקומען, און זיי שטענדיג אויפמערקזאם געמאכט דערויף, ווי נאר ער האט געזעהן אז ס'איז נישטא צו וועם צו רעדן האט ער ווי ס'קוקט אויס מער עס נישט געקויפט, ווי ער שריייבט טאקע דא. פון אנדערע האט מען אויך געהערט ענדליכע קריטיק, אבער קען גאר זיין אז דאס קומט זייענדיג מער אויפגעקלערט, און אז איר פרעגט מיר מיין פארזענדליכע מיינונג, איך פארזענדליך גלייך ווען מיינע קינדער לייענען די שטערן מיט די שפאקטיוו, און אויף א וועכנטליכע פארנעם גלייך איך די נייעס באריכט (די צייטונג) און צומאל די מאמענט, כ'האלט אז דאס איז די סאמע בעסטע און רייכסטע לייען מאטריאל אויף די אידישע שפראך.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:00 pm

גראדע איז דא א גאנצע אשכול מיוחד צו אטאקירן קינדליין'ס באנוץ פון די געפעלשטע זמירות-פאסטפארט בילד. צענזור מיין ארס.

viewtopic.php?p=352344#p352344

מיר קוקט אויס דיין תגובה ווי א קאנספעראציע טעאריע מיט ווארצלן אין פאראנאיע, אז איין מאן פון א רעדאקציע טישל קאנטראלירט די אידישע מידיא און זאגאר סאציאל מידיא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום מיטוואך מערץ 08, 2017 6:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3732 מאל

Re: קינדליין אטאקעס אויף קינד-ערליך, און זייער שעדליכע צענזו

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:08 pm

איין זאך איז זיכער, טאמער קום איך ארויס מיט מיין יונג-ערליך בשעטו"מ, גייט שלום שטיסל זיין די רעדאקטער.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1809
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2542 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:10 pm

דערנאך וועל איך טרעידמארקן יונג-קינד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5461
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2468 מאל

הודעהדורך נאסוידער רב » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:29 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מיטוואך מערץ 08, 2017 6:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע נישט דיסקוטירן קיין פריוואטע אנגעלעגנהייטן, זיך צו ווענדן צו א מנהל קען מען שרייבן אין אישי
נאסוידער רב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:16 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:30 pm

ווילאנג דער פותח האשכול ברענגט נישט באווייז צו די קאנספעראציע טעאריע אז קינדליין אטאקירט קינדערליך, איז לכאורה ריכטיג צו טוישן די באזיסלאזע קעפל צו עפעס נאטראל. שלום, ליעד ביי עקזעמפל. צייג אז די ביסט נישט דא אויף אן אגענדע און ניץ מער געמאסטענע דיבורים.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3732 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:48 pm

ווייסעך יעצט אז אלע וואס נעמען זיך אן פאר קינדליין זענען שרייבערס דארט. ס'קלאר געדרוקט שווארץ אויף בלוי אין שטיסל'ס הודעה.

וואס איז אבער מיט שטיסל זעלבסט? פון וואנעט ווייסט מען אז דו ביסט נישט קיין נוגע בדבר? דו ביזט דאך עוסק אין שרייבעריי....

בכלל פארוואס ליגט נישטא די הודעה אין די קינדערליך אשכול? פארוואס פעלט אויס צו פארשמירן די שטיבל מיט דופּליקאַטע אשכולות? פשוט ווייל ס'איז א הודעה מיט אסאך קערעקטערס דארף עס פארדעם א באזונדערע אשכול?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קורקלענד אום מיטוואך מערץ 08, 2017 7:05 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך חצוצרות » מיטוואך מערץ 08, 2017 6:51 pm

זייער שיין שלום, וחזקה על שלום אז ער שרייבט צו דער זאך. איז אמאל געווען א ניק וואס האט געזאגט בעידן חדוותא אז שלום איז פון די געשמאקסטע שרייבער אין שטיבל.

ישראל גלויבער האט גארנישט מיט מנשה לוסטיג, בעל מדות האט גארנישט מיט קינדליין און נאסוידער רב האט גארנישט מיט קינדערליך, אבער וויאזוי זאגט נאר @איך אויך, די ניקים אין קאווע שטיבל זענען קליגער ווי מ'מיינט, און ווען אגענדע געטריבענע ניקים קריגן זיך, פארשטייט יעדער איינער צו שטיין אין דער זייט און ס'איז נישט מעלה און מוריד פאר קיינעם.

איך בין נישט קיין ליינער אדער איבעריגער סימפאטיקער מיט קינדליין, און אגב האלט איך אז די גראפיקס איז דייקא נישט שיין. דער עיקר רוקשטאנד אקעגן קינדערליך וואס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן איז דאס וואס איז שטארק געקומען דייקא יא פון המון עם, און טאקע יא אין גרויס טייל נאך פאר'ן עפענען דעם נייעם מאגאזין.

דאס האט גארנישט מיט עפעס איבעריגע סימפאטיע צו קינדליין אדער צענזור, נאר צוליב אן אפשיי קעגן די וואס שטייען דארונטער וועלכע האבן א חזקה אין אונטערמינעווען סיי ווער עס האט נאר פרובירט צו באררייכן די אידישע ליין מארקעט, און דאס ווערט פראקטיצירט מיט א לכתחילה און מיט א געפערליכע לייכטזיניגקייט. דאס אז אידיש ליין מאטעריאל שטייט נידריג און קיינער וויל נישט הייערן דייטש איז געוויס א ווייטאג, אבער בארעכטיגט נישט די וואס שטופן דעם וואגן הונדערט מאל נידריגער.

קאנקורענץ איז געוויס א גוטע זאך הא תינח ווען יענער אפפערט עפעס און פרובירט עפעס צוצושטעלן, נישט בלויז ווען ער וויל רייטן אויף די נאאוויקייט פון די ליינער ווילאנג "ס'זעט אויס" די זעלבע ווי די וואס פרובירן יא צושטעלן קוואליטעט.

למעשה, ווי ס'שטעלט זיך ארויס גייען זיי טאקע ווייטער אין גאנג. און אנטשולדיגט מיר, איבערלייגן אלטע ארטיקלען איז דירעקט יא א ביליגקייט אפילו ווען דאס מאל איז עס געווידמעט צו קינדער. א תוצאה דערפון איז אז דער עולם סימפאטיזירט מיט "קינדליין" וועלכער -- אפילו לויט די קריטיקירער -- טוט צושטעלן א ווערטפעלטיגן פראדוקט פאר'ן ציבור מיט ממון און דמים.

דאס זיך באנוצן מיט די נעמען פון ר' לייביש לאנגער און ר' דוד ח. ווייס טוט גארנישט זאגן אויף דער קוואליטעט פון דעם נייעם מאגאזין נאר פונקט פארקערט, עס טוט ווידער באהויפטן דעם פונקט אז סך הכל זוכן זיי אויסצונארן דעם ליינער. ווי עס שיינט האט מען גענומען א "טייפסעטער" צו אפקלאפן זייערע קאסעטן וואס איז אוודאי גארנישט ממשות'דיג אדער פריש געברענגט צום טיש, נאר נאכאמאל אז "ס'זעט אויס" ווי די קאנקורענט. קינדליין האט מחנכים וואס שרייבן אריגינעלע שעפערישע ווערק יעדע וואך, "איך האב אויך!!!" איי עס ברענגט גארנישט מער ווי א פרישע ספין וויאזוי צו נוצן פאפולערע ברענדס אן דארפן עפעס קריעטן.

פארבלייבן מיר ב"ה מיט א פרישע מאגאזין קאמבאנירט דורך "קאפי פעיסט" און דער נייער טאקטיק פון "טייפסעטינג" -- וואס האט שוין אגב פאסירט אין דער פארגאנגענהייט, אז ארטיקלען אין טריביון זאלן זיין פשוטע טייפסעטינג ארבעט פון קול מבשר -- איז עס דעריבער זייער פארשטענדליך אז דער מאגאזין זאל נישט באגריסט ווערן מיט איבעריגע ענטוזיאזם.

(עליכם השלום, מיין נאמען איז חצוצרות, אמאל בלאז איך אמאל פייף איך, ווענדט זיך לויט דער גיסטע, זייט מיר מקרב און מאכט מיך פילן היימיש.)
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:03 pm

און חצוצרות האט גארנישט מיט קינדליין:)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך חצוצרות » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:14 pm

נאופס, כ'פארשטיי אז איך האב נישט קיין וועג וויאזוי איבערצוצייגן, אבער כ'האב גארנישט מיט קינדליין, און כ'האב עס כמעט נישט געקויפט אין מיין לעבן.
אויסער די גראפיקס וואס איך גלייך נישט, געוויס בין איך איינשטימיג מיט שלום אויף דער איבערגעטריבענער צענזור פון קאנטראלירן אלע מידיע בלאגס חלילה, (ווער עס לאזט א ווארט קעגן קינדליין קען קריגן קללות נמרצות און סטראשונקעס בידעי ומכירי קאאמינא).
איך גלייך נישט פון קינדליין אז יעדע וואך האט ער אויפ'ן דעקל עפעס אן אויפרייס "נייע קאלום" וכדו', אזוי אויך זעט מיר אויס ווי ער טוישט זייער אפט קאלומס, נייע קאלומס ווערן פארשווינדן נאך א פאר וואכן, עי ערך ליש וגדי פאלאק, און כסדר ווערן געבוירן פרישע און געטוישט זאכן. איך האב ליב רוטין און רואיגקייט ספעציעל פאר קינדער.
איך פערזענליך גלייך נישט קיין קאמיקס, ממילא בין איך נישט אזוי אנטציקט איבער דער גאנצער ווינט וואס ווערט געשטופט דורך קינדליין אז עס איז א מאגאזין אויך פאר גרויסע, עס איז לדעתי קלאר א מאגאזין פאר קינדער, און דערפאר וועל איך ענדערש ליינען די קינדער אפטיילונג אין די מעלות ווי קינדליין, אבער מיינע קינדער גלייכן יא קאמיקס.
איך בין נישט אזוי ברוגז אז ער איז פרום, למעשה איז עס גאנץ תוכנ'דיג און אינפארמאטיוו, און איך פארשטיי זיין דילעמע, אז ער וויל פארקויפט ווערן אין קרית יואל און אז ער וויל קענען אנקומען אין פרומע שטיבער פון אלע סארטן קרייזן, נאכדערצו אז ער שרייבט פאר קינדער, דארף ער גיין די עקסטערע מייל.
שוין, האב איך מיך אויך אנגעשלאסן אין שלומ'ס מערכה צו אפן קריטיקירן "קינדליין", הגם איך האלט אז אונטערשטע שורה איז עס א גוטע אויסגאבע און מ'זעט אז עס ווערט אריינגעלייגט דערין געלט און כוחות...
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:18 pm

ווי ס'קען מעיד זיין יעדער וואס ס'האט נאר געלייענט מיינע פילע הודעות צו קריטיקירן קינדליין האב איך גארנישט מיט קינדליין. אבער דאך בין איך גענצליך מסכים מיט @חצוצרות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8655 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:40 pm

לויט די ביסל וואס איך קען אונזער טאלאנטפולע שרייבער @שלום שטיסל און זיין סטייל וואלט איך געזאגט א ווילדע טעאריע אז זייענדיג געדרוקט אין אפאר דאלער פאר די אפקאמינג אנגעשטרענגטקייט סיזען, איז ער אנגעהיצט געווארן - מעגליך אומוויסנדיג - דורך די קינדערליך טים צו שרייבן וואס ער שרייבט, פארשטייט זיך פאר גוט באצאלט...
זיינע טענות אויף קינדליין לייגט זיך אויפן שכל, אבער דאס ארויפברענגן קינדערליך אויף א הויכע ניווא כאילו דאס איז א נייע שמעון ראלניצקי מיט אייגענע הויכע חידושים און דאס קאפי פעיסט עוולה גיט מען א דריי מיט די האנד כאילו עס איז בכלל נישט קיין עוולה, פאלג מיר א גאנג.

שלום פארפאלן עס שטייט דיר פשוט נישט גוט!

נ.ב. בין איך די איינציגסטער צו באמערקן אז צום ערשטע מאל עדווערטייזט קינדליין אין אייוועלט, #פעי בעק.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1793
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1013 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:43 pm

די קינדערליך אשכול אין אייוועלט איז פארשפארט
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:45 pm

ליפא האט געשריבן:די קינדערליך אשכול אין אייוועלט איז פארשפארט


און קינדליין אדווערטייזט דארט אפישעל.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 360 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 08, 2017 7:48 pm

זעענדיג די גאנצע מהפיכה וואס קומט פאר דא קען איך נישט מער ווי קוואטן Sir Roger Scruton: The importance of Newspeak in totalitarian societies is that the power of language to describe reality is replaced by language whose purpose is to avoid encounters with realities.
הארגעטס ענק ביי די קעפ אבי די pressing אישוס זאל מען איגנארירן.
אויב די וועלט וועט חרוב ווערן בימי וועל איך איבערצייגט ווערן אין דעקארט'ס אנדערסטענדינג פון די מאמר חז"ל: כל העולם לא נברא אלא בשבילי. און ס'קוקט נישט אויס ווי אזא ווייטע פאסיביליטי.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3046
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2653 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 08, 2017 9:20 pm

וויאזוי איז קינדליין'ס צענזור שעדליך?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 08, 2017 9:37 pm

קל וחומר האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, טאמער קום איך ארויס מיט מיין יונג-ערליך בשעטו"מ, גייט שלום שטיסל זיין די רעדאקטער.

קל וחומר: ער וועט זיין דער בעסטער רעדאקטאר וואס ס'איז נאר אמאל געווען. ער וועט צענזורירן די צענזורירערס...! אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק..."וצנזרתי את צנזורייך"... און טאמער שטייט נישט איגאנצן אזוי. דאמאלס האביך אויפגעמאכט א נייע פסוק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12037
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13397 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 08, 2017 9:39 pm

אדער קען ער עס אזוי צענזורירן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מיטוואך מערץ 08, 2017 10:07 pm

שטיסל, אמתדיג גערעדט, דו ארבעטס נישט פאר טריביון?... :D


איך פערזענליך וויל זען קינדערליך באגראבן אין די ערד פאר איין סיבה: חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ומידה רעה מרובה... חזקה אויף א ליידאק שאינו מוציא מתחת ידו דבר מתוקן. די בליץ, טריביון, קינדערליך איז א חוט המשולש ארויסגעגעבען דורך ליידאקעס וואס פעלשעווען נייעס, גנב'נען ארטיקלען, ריסייקלען אלטע ארטיקלען, שמירען אן די פאדערשטע בלאט מיט אן ארטיקל וואס קען פארנעמען א קנאפע צוויי זייטען, און פארקויפען פאר א צענט ביליגער כדי צו כאפן די קאסטומער.

סדא א "שטערן" און "שפאקטיוו" ווערסעס דער "בליץ"
סדא א "מאמענט" ווערסעס די "טריביון"
סדא א "קינדליין" ווערסעס די "קינדערליך"

ווען די "אקס פון שלעכטס" = בליץ, טריבון, קינדערליך, וואלטן נישט עקזיסטירט, וואלטן די נארמאלע מאגאזינען געשטאנען אויף א פיל העכערע רמה און מיר אלע וואלטן הנאה געהאט פון א בעסערע ארבעט, אבער וויבאלד די חברה האבן זיך אריינגעזעצט אין עולם המאגאזינען און חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א נארמאלע מאגאזין זיך ארויפצוארבעטען, האט דאס אראפגעשלעפט די גאנצע מארקעט. ועל זה ידוו ויבכו ויתאוננו וכו'.

דאס איז שוין חוץ פון זייער חוצפה פון נישט אויפקומען מיט קיין איין איינציגע אריגינעלע געדאנק. אלעס איז קאפירט פון יענעם מיט א טוויסט פון עקל און אפשיי.

כמיין אז דאס איז די סיבה פארוואס קיינער קען נישט פארנעמען די קינדערליך אויסגאבע. סיי אלץ חזקה, און סיי ווייל אויב קינדליין וועט אראפגיין א דרגה צו קענען קאמפיטען מיט א ליידיגע אויסגאבע וועלן מיר אלע נאר פארלירען דערפין.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 779 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך מערץ 08, 2017 11:23 pm

זאת ועוד זיך צו וועלן דעם נאמען 'ערליך' צו שפילן דעם 'קלאס ווארפער' מיט אן אגענדע יענעם צו געבן אזא סעקולערע אימפרעשאן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:59 am

ארי נוהם האט געשריבן:ווען די "אקס פון שלעכטס" = בליץ, טריבון, קינדערליך, וואלטן נישט עקזיסטירט, וואלטן די נארמאלע מאגאזינען געשטאנען אויף א פיל העכערע רמה און מיר אלע וואלטן הנאה געהאט פון א בעסערע ארבעט, אבער וויבאלד די חברה האבן זיך אריינגעזעצט אין עולם המאגאזינען און חרוב געמאכט די מעגליכקייט פון א נארמאלע מאגאזין זיך ארויפצוארבעטען, האט דאס אראפגעשלעפט די גאנצע מארקעט. ועל זה ידוו ויבכו ויתאוננו וכו'.

מיט דעם דינג איך מיר גראדע, אויב וואלט געווען א גוטע מארקעט פון גוטע באשרייבונגען וואלט דאס בלויז צושטאנד געקומען דורך קאמפעטישין. קאמפעטישין בויעט און מאכט בעסער, נאריש צו זאגן אז טריביון האט אראפגעברענגט די קוואליטעט פון מאמענט, אויב עפעס פונקט פארקערט, דערמאן זיך וויאזוי מאמענט האט אויסגעקוקט אין אירע ערשטע חדשים.

ליידער ווי מען האלט, אלעס האט קאנקורענצן, און מיט דעם אלעם, מען האלט נאך דא...
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:16 am

מאך נישט אזוי אוועק די מארקעט ס'דא א וועקער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 1:18 am

ער רעדט נישט פון עמעזאן מארקעט פלעיס
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1820 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך חצוצרות » מיטוואך מערץ 22, 2017 1:03 pm

עס איז מיר אונטערגעקומען אונטער דער האנט דעם "קינדליין" פון דער וואך נאך א צייט אפשניט וואס כ'האב שוין נישט געזען דעם מאגאזין, וואס מאכט מיך ווידעראמאל ארויסהייבן אז עס איז אן קיין צווייפל א ווערטפולע פראדוקט, עס דערקענט זיך די שווערע ארבעט, און מער פון אלעם, עס איז עכט און אריגינעל, עכטע ארטיקלען, עכטע שרייבער, עכטע אינטערוויוס, עכטע בלוט און שוויס דערינען, ווערסוס אנדערע וואס זענען סתם דרכם להזיק און באגנוגן זיך מיט גימיקס.
פון דער אנדערער זייט זעט זיך עפעס אן עקסטרעמע דעפענסיווע און זעלבסט רומעריי, ווי עס וואלט געווען נאך אינעם ערשטן חודש וואס דער מאגאזין קומט ארויס. די רומעריי דערגרייכט ביז שגעון, יעדע אינטערוויו מיט א קינד מוז רומען קינדליין און יעדע בריוו הויבט זיך אן מיט א באזינגעריי. ר' איד לאז אפ, יעדער ווייסט ביזט א גוטער מאגאזין און הויב דיך אן אויפפירן נאטירליך. עס איז נארמאל אז א בריוו הויבט אן מיט לויב ווערטער פאר דעם מאגאזין, אבער מיט א גבול, טעם און שכל.
אן עקסטרעמע דעפענסיווע דערקענט זיך אויך אין די בריוון אפטיילונג וואו צו יעדע קריטיק וואס איז נאר געקומען אין ריכטונג צום מאגאזין איז מען באלד געפאלן כורעים. איינער למשל האט קריטיקירט אן ארטיקל איבער "א גאון א דאקטאר" (דער רמב"ם?), שרייבנדיג, "עס איז זיכער אז איר האט נישט משים לב געווען, אז אזא ארטיקל דארף נישט האבן קיין מקום אין קיין חסידישער אויסגאבע"; דער אנטווארט דערויף איז, "איר זענט גערעכט מיט אייער באהויפטונג". -- איך ווייס נישט טאמער עס איז געווען בדוקא אדער א פערצופאל, אבער פונקט די וואך איז געווען אין "קינדערליך" אן ארטיקל איבער גדולי ישראל וואס זענען געווען דאקטורים, אזוי אויך האט מען געזען צוויי קליינע מיידל קאריקאטורן (נאר די מעלות מעג) אויפ'ן קאווער. עס איז באגריסנד אז זיי נעמען מער א נארמאלע ליניע.
נאך איינער קריטיקירט אן ארטיקל איבער חכמת היד; דער ענטפער, "מיר וואלטן יא געדארפט זיין מער פארזיכטיג און נישט שרייבן אזא ארטיקל".
איינער "פארלאנגט" אז עס זאל נישט זיין קיין אדווערטייזמענטס, דער ענטפער, א לאנגער באריכט ווי זיי קוקן נאך עדס בשבע עינים און "איר דארפט אייך נישט זארגן, מיר גייען ווייטער אויף דעם וועג, און עס וועט נישט זיין אזויפיל עדס בקביעות."
דער הרב צאנגער וואס איז באאויפטראגט אויף די בריוון מעג ארייננעמען אין קאפ, אז עס איז אין לדבר סוף פון מיינונגען און פויבסטליכער-פון-דעם-פויבסט בריוו שרייבער. עפעס זעלבסטזיכערקייט מעג מען האבן אין זיך, און נישט יעדע נארישע פארלאנג אדער קריטיק דארף שטעלן דעם מאגאזין אויף דער דעפענסיווע אדער נאכגיביג. לערנט אייך פון א. כ"ץ אין מעלות, וועלכע פאלט נישט פאר קריטיק און וועט פארטיידיגן איר קאנפידענץ און שטעלונג מיט ציין און נעגל.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מיטוואך מערץ 22, 2017 4:57 pm

יישר כח שלום פאר דיינע אמתדיגע ווערטער
און פארן אויפדעקן דאס שלייער פון די קינדליין

שלום לקרוב (פאר'ן מקרב זיין דעם קינערליך) און שלום לרחוק (פארן מרחק זיין דעם קינדליין)...

איך בין זיכער נישט קיין נוגע בדבר ווייל איך בין בכלל נישט קיין שרייבער
אבער פון ווען ס'איז ארויסגעקומען דאס ערשטע קינדליין האב איך מיך געגרוילט דערפון
6 7 אדער 8 דאללער יעדע וואך און פארוואס אפאר נערישע קאמיקס וואס ווערט מוצאי שבת אן אשר יצר פאפיר
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט