בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 4:06 pm
דורך מיש-נייעס
בכלל והעיקר איז דאס קינדליין איז פול מיט בלאף,
איך דארף אז מיינע קינדער זאלן ווערן חסידים פון ......'ס רבי?
באשריעב מיר היסטאריע באשרייב מיר צדיקים וואס זענען מקובל ביי יעדעם, ריק מיך נישט אריין קיין שוואנצ'אנעס אין מיינע קינדער

איין הערה וועגן די שרייבער'ס דארט, עס מערקט זיך ביי איין ארטיקל וואס איך האב געזעהן, און ועל הכלל כולו יצא, שרייבט דארט ר' ..... שליט"א: מיין ציהל איז איין זאך: אריינברענגן אין די קינדער אז זיי זאלן זיך אויסארבעטן אין תאוות אכילה קדש עצמך במותר לך
פליעז טייערער ר' ..... שליט"א קאט די קרעפ,
פארקויף נישט קיין לאקשן וואס די אליינס קויפסט נישט...
עס איז גענוג דאס ממוז נעבעך, ממוז שיקן די קינדער אין חדר אין די מלמדים לייגן אין זיי אריין זייערע תורה חדשה וואס זיי אליין גלייבן נישט דערין
דארף איךנאך אריינברענגן דעם גארביטש אין מיין הויז

יישר כח נאכמאל שטיסל פאר'ן מיך מחיה זיין מיטן ארטיקל

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 4:18 pm
דורך קורקלענד
מיש-נייעס האט געשריבן:יישר כח שלום פאר דיינע אמתדיגע ווערטער
און פארן אויפדעקן דאס שלייער פון די קינדליין

שלום לקרוב (פאר'ן מקרב זיין דעם קינערליך) און שלום לרחוק (פארן מרחק זיין דעם קינדליין)...

איך בין זיכער נישט קיין נוגע בדבר ווייל איך בין בכלל נישט קיין שרייבער
אבער פון ווען ס'איז ארויסגעקומען דאס ערשטע קינדליין האב איך מיך געגרוילט דערפון
6 7 אדער 8 דאללער יעדע וואך און פארוואס אפאר נערישע קאמיקס וואס ווערט מוצאי שבת אן אשר יצר פאפיר

איך פארשטיי דיין ווייטאג מיט קינדליין. אבער וואס איז אזוי גוט אדער בעסער מיט קינדערליך?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 4:25 pm
דורך מיש-נייעס
קודם אז ער האט קאמפעטישן קודם וועט ער איהם פראבירן אונטערצוברענגן, און עס וועט איהם בוודאי נישט גיין וועט ער נישט האבן דעם מאניפא"ל און אנהייבן צו ביהעיווע"ן

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 4:44 pm
דורך קורקלענד
איך האב קיינמאל נישט געקויפט אדער געלייענט קינדליין אדער קינדערליך. אבער פון די שרייבערס דא האב איך פארשטאנען אז קינדערליך וויל איבערשטייגן קינדליין מיט די משוגעתן צו זיין מער אקצעפטירט. נישט נאר זיי ווילן איבערשטייגן נאר זיי האבן נאך אראפגעשטעלט זייער גאנצע סטראטעגיע זיך צו מארקעטן מער עסטאבלישמענט סטייל און צו מאכן די אימפרעשאן אז קינדליין איז צו אויפגעקלערט. געווען דא וואס האבן באשולדיגט אז פארדעם האט ער געוועלט אזא נאמען ווי קינדערליך.
איך פארשטיי פארוואס די האסט אפשר נישט ליעב קינדליין. אבער איך זעה נישט צי וואס די זאלסט דעם אנדערן מקרב זיין.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:06 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך מיין מ׳קען די אשכול צוזאם לייגען מיט די בינגו אשכול אין אריין שליידערן און א נייע אשכול. ״לאמיר זיך אויסרעדען וועגען מיין קאמפעטישען״

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:10 pm
דורך בא גד
טאקע א גוטע עצה
ביידע די ארבעט פון די זעלבע מידיע קאמפאני וק"ל
ביי בינגא ווערט ער געצאלט און דא איז ער דער אינוועסטאר
יעדער מארקעט לויט זיין מהות און טבע
איינער מארקעט מיט פאזעטיוועטי,און איינער מיט לייגן נידעריגע פאשקאווילן אויף א יחיד און נאכדעם שרייען ווי קאזאק הנגזל "בייעס" און טראלן מיט נעגעטיוועטי יומם ולילה

Re: קינדליין אטאקעס אויף קינד-ערליך, און זייער שעדליכע צענזו

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:11 pm
דורך סאשי פיש
ביסט זיכער א מידיא האט אינוועסטירט?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:23 pm
דורך קורקלענד
אפשר אזוי אויף דע גאו זאל איינער מאכן א אשכול אויף יענע פירמע.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:25 pm
דורך געוואלדיג
@בא גד זייער א גלייכע עצה, בפרט ווען עס ווערט געשטיצט דורך איינער וואס האט אליין אינוועסטירט אין א וואכנשריפט, נעמליך דער קאמפעטישן...

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 5:31 pm
דורך קורקלענד
איז עס נישט א גרויסע קאנפליקט פון אינטערעס'ס? ווען קליענטן צאלן שווערע געלטער מ'זאל זיי פלאצירן אדווערטייזמענטס דארט ווי ס'ברענגט די בעסטע רעזולטאטן. און פון די אנדערע זייט האט מען אינטערעסן אדער אייגענשאפט אין געוויסע אויסגאבעס. פארפאטשקעט מען די געלט פון קליענטן אויסצוהאלטן אייגענע אינוועסטמענטס?

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 22, 2017 10:06 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
בא גד האט געשריבן:טאקע א גוטע עצה
ביידע די ארבעט פון די זעלבע מידיע קאמפאני וק"ל
ביי בינגא ווערט ער געצאלט און דא איז ער דער אינוועסטאר
יעדער מארקעט לויט זיין מהות און טבע
איינער מארקעט מיט פאזעטיוועטי,און איינער מיט לייגן נידעריגע פאשקאווילן אויף א יחיד און נאכדעם שרייען ווי קאזאק הנגזל "בייעס" און טראלן מיט נעגעטיוועטי יומם ולילה

אדער קען עס אריין גיין און צימעס מיט זיינס גלייכען. ס׳קומט שוין ממש צו ברעכען ווי די גאנצע עולם דארף מיטהאלטען זייער קריגעריי.