אונז זעמיר מעכטיג!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אונז זעמיר מעכטיג!

שליחה דורך העניך »

מ'קען שרייבן א שאנק מיט דיסערטאציעס איבער די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, לאמיך דא אנכאפן אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע. מיר ווייסן אז די היימישע צייטונגען דעקן נישט אונזערע מיסברויכן - אז א איד טוט אן עוולה ווערט עס נישט באריכטעט ווייל מיר "וואשן נישט אונזער שמוציגע וועש אין פובליק." דאס גייט א שטאפל ווייטער, און מ'באריכט ניטאמאל זאכן וואס מוזן יא באריכטעט ווערן ווייל אן אינפארמירטער פובליק העלפט ברענגען פאזיטיווע שינויים, ווי אישוס פון מאלעסטעישאן, גניבות, אדער אפילו עוולות וואס היימישע סוחרים טוען קעגן די אייגענע ברידער.

דאס קענען מיר אביסל פארשטיין ווייל מיר מוזן זיך ספראווען מיט די באגרעניצונגען פון לשון הרע. אבער עס גייט ווייטער צו א שטאפל פון פיצעלע בעיבישקייט. יעדע מאורע וואס געשעט ביי אונז ווערט געפראוועט מיט גרויס הצלחה, יעדע מסיבה האט טויזנטער מענטשן העכער אלע ערווארטונגען, און יעדע פארטי ווערט באלאגערט עד אפס מקום מיט נשים צדקניות.

נו, דאס קען מען נאך אויך אביסל פארשטיין, היות די אלע מסיבות ווערן דאך אהערגעשטעלט דורך מוסדות און ארגאניזאציעס, און מיר שפירן אליאירט מיט דער פראפאגאנדע פון די מוסדות, נישט חלילה אוועקצונעמען פון דעם פי-אר אז דער מוסד איז מורא'דיג אויפגעכאפט.

אבער עס גייט נאך ווייטער, און דאס קען איך ממש נישט פארשטיין. ביי אונז קומען פאר קאמפיינס, טייל זענען מוצלח'דיג און טייל נישט. פארוואס איז די הצלחה פון א פאליטישע קאמפיין גרויסע נייעס, אבער א דורכפאל נישט? אז יהדות מאנסי איז די וואך דורכגעפאלן מיט דעם קאמפיין קעגן מר. דעי, פארוואס קען מען דאס נישט באריכטן געהעריג? פארוואס דארף מען עס אריינשטופן אין צוויי שורות ערגעץ אינמיטן א לאנגען באריכט? וואס איז פשט פון דעם בעיבישן צוגאנג אז אונז זעמיר אייביג "מעכטיג", און קיינמאל איז ביי אונז נישטא קיין דורכפעלער?

כ'רעד נישט דא פון אן אומסימפאטישן באריכט, נאר פון א באריכט וואס דעקט די נייעס געהעריג. דער קאמפיין קעגן דעי האט איבערגענומען טעג און וואכן פאר יהדות מאנסי, און פון א נייעס שטאנדפונקט דארף עס באקומען א געהעריגן באריכט. שרייב איבער די גרויסע כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט, שרייב איבער דעם באדויער אז מ'איז דורכגעפאלן, און שרייב אז מ'האפט אז נעקסטע מאל וועט זיין בעסער. אבער פארוואס זיך מאכן כאילו לא היה ווי א זיבן יעריג קינד וואס מוז אייביג זיין "מעכטיג"?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר