"מעלות" העכערט פרייז צו זיבן דאלאר

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10586 מאל

"מעלות" העכערט פרייז צו זיבן דאלאר

שליחה דורך אבטולמוס »

די פאפולערע "מעלות" אויסגאבע האט געמאלדן אז אנגעפאנגען פון חודש אדר וועט דער פרייז ארויפגיין מיט איין דאלאר צו זיבן דאלאר.

אין דער מעלדונג שרייבט די רעדאקציע אז די פרייז איז נישט געהעכערט געווארן אין די לעצטע 17 יאר. דאס האט געהויבן די אויגן-ברעמען פון די לייענער וועלכע געדענקען אז דער פרייז איז יא געהעכערט געווארן פון פינף צו זעקס דאלאר א שיינע פאר יאר ווייניגער ווי זיבעצן יאר צוריק.

אויך איז מאדנע ווי די רעדאקציע שרייבט: "דורך די יארן זענען די הוצאות געשטיגן טאפלט אדער נאכמער, בעת די הכנסות, זייענדיג אן אומאפהענגיגע, זעלבסטשטענדיגע אויסגאבע ב"ה, זענען געבליבן נאר פון קונים און אדווערטייזערס." איך פארשטיי נישט גענוי וואס איינס האט מיט'ן צווייטן. דורכאויס די לעצטע 17 איז אנצונעמען אז די קונים פון מעלות האט זיך געטאפלט, די אדווערטייזער זענען געווארן מער, און מסתמא זענען די אדווערטייזן פרייזן אויך געשטיגן.

אוודאי האט מעלות רעכט צו העכערן דעם פרייז, נאר די מודעה איבער דעם קלעבט עפעס נישט.
בייגעלייגטע פיילס
M.JPG

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר