קול מבשר איז קיין וויץ!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

קול מבשר איז קיין וויץ!

שליחה דורך רימון »

איך נעם די קול מבשר פורים אפטיילונג זייער ערנסט יאר יערליך, קען זיין אפשר צו ערנסט.

יעדע וויץ האט אן אמת, זאגט די וועלט, און פון א קלוגן איד האב איך אמאל געהערט אז דער גאנצער וויץ איז אמת, סיידן דער שמייכל… ווי פאסיג איז דאס אין א געזעלשאפט וואס איז פארבאריקאדירט און אנגעקליידעט מיט מאסקעס, קען קאמעדיע ספעציעל דורכאויס די לויזערע טעג ארום פורים דינען אלס א פענסטערל אריין אין דער הוה פון חרדישן לעבנסשטייגער.

אז מ'רעדט פון קול מבשר פורים אפטיילונג לויפט עס סינאנים מיט דעם אלעמען באקאנטן יאסעלע. עס ווערט אצינד דער צענטער יאר וואס יאסעלע פיגורירט אויף "קול מבשר". צען יאר איז אסאך צייט, די וועלט האט זיך געביטן אומצאליגע מאלן די לעצטע צען יאר, אבער יאסעלע ווערט נישט עלטער אדער קלוגער. ער איז שטעקן געבליבן אין פרשת תצוה. זינט פורים תשס"ח, ווען יאסעלע האט געלאזט פאלן די באמבע פשט, "ואתה תצוה, און דו זאלסט הערשן," איז יאסעלע געבליבן דאס זעלביגע. היי יאר האט ער ווידעראמאל א תורה פאר'ן שווער און אויף וועלכע סדרה? צוגעטראפן! פרשת תצוה.
*
ס'איז שוין כמעט ווי ערווארטעט אז יואלי לעבאוויטש זאל גארנישט מחדש זיין. יעדעס יאר באשטייען זיינע וויצן פון מער ווייניגער דעם זעלבן טייג געקנעטן: שוכי מיט זיין אונגארישע באבע, און ווי שטארק זי פרייט זיך אז ער איז א חתן געווארן קעגן אלע אויסזיכטן, און יאסעלע וואס האט א תורה פאר'ן שווער און מוטשעט זיך מיט פינאנציעלע מיסברויכן, איין יאר קרעדיט קארדס, מולטי לעוול מארקעטינג און היי יאר ביטקוין.

יואלי לעבאוויטש'ס מאנגל אין קריעטיוויטעט און אויפקומען מיט פרישע סצענעס איז אין מיינע אויגן נישט זיין פעלער. עס סימבאליזירט נישט זיינע באגרעניצונגען נאר אן אלגעמיינעם מער ברייטערע און גענעראלע פראבלעם וואס טוט באגרעניצן סיי ווער עס שטעלט זיך ארויס אין דער חרדישער עפנטליכקייט.

גענוג זאכן האבן פאסירט דעם פארלאפענעם יאר וואלטן געקענט דינען אלס סחורה פאר שפאס, אבער ער מעג פון נישט רעדן; די ישיבה סיסטעם איז קיין שפאס; די רבי'ס זענען קיין שפאס; די כולל סיסטעם איז קיין שפאס; די אנגעוויזנקייט אין פראגראמען איז קיין שפאס. די אומצאליגע אומגעהויערע ווייטאגליך-שפאסיגע נויאנסן פון אונזער לעבן זענען קיין שפאס, נאר דארפן פארבלייבן אונטער'ן טעפיך. אונזער יאסעלע-גולם פארבלייבט דאס זעלבע פון צען יאר צוריק, אן קיין שום אונטערשיד פון יאר צו יא און די ציל-פונקטן פאר וויצן בלייבן מאגער און שיטער ביז גאר.

שוכיס תנאים איז זייער זיס און די גרופע וואס באזוכט קושנער אום פורים צו הערן א רעדע פונעם פרעזידענט איז זייער לאכעדיג, אבער פארבליבן זענען מיר ווידער מיט צוויי אבסטראקט טאפיקס וואס שפיגלען גארנישט אפ סיי וועלכע אספעקט פון אונזער לעבנססטיל.

*

פיל טיפער פון דעם איז ווי קיינער טאר זיך נישט טרעפן אינערהאלב די פורים אפטיילונג, אויסנאמען זענען פארהאן אבער א באדייטנד טייל פון די סטארי ליינס און סצענעס זענען אזוי אבסורד און אומרעאליסטיש און ווייט פונעם יעדן טאגיגן לעבן, אז עס פארבלייבט נישט די מעגליכקייטן צו ציען א שטריך צום סיי וועלכע ווירקליכע רעאליטעט.

אן אויסנאם איז די פורים "גרופע" וואס קומט אן בטעות טאנצן צו אן ארעמער אלמנה. נאכ'ן זיך איינרעדן אז די איינוואוינער פון דעם אדרעס זענען "מולטי", קריגן זיי א טשעק פון פינף טאלער און טענזשערינען אלס צוגאב... די סצענע איז ציפעדיגע הומאר און אויך זייער עכט. די סצענע לויטעט ווי די בחורים האבן סך הכל באזוכט ביי צוויי אדרעסן אריינגערעכנט איין טעות'דיגע, און זייער גרופ האט זיך געענדיגט מיט שאדן פאר דער ישיבה אן קיין שום איינקונפט.

ידידינו כוכב האט אמאל געשריבן:
"גיין נאך געלט איז אן אפגעפליקטע מצוה פאר ווער ס'איז נישט געמאכט דערפאר. כ'פלעג ממש זיין מיזערבעל ווייל מ'מוז גיין נאך געלט. א בחור פורים איז ממש א רחמנות אפילו מ'טאנצט "יש תקוה" אויף דער גאס, מ'זיצט א גאנצן טאג אין טרעפיק, מ'ליידט בזיונות, מ'קומט אהיים א פייגער, נישט געגעסן, אויפגעשאקלט, געכאפט פסקים און ביזי געווען פרעגן, 'וויפיל געלט האט ער געגעבן?'..."


דאס זענען זייער ענליך צו מיינע ערפארונגען אויף "גרופס". געווען יארן וואס מ'האט געמאכט געלט און געווען יארן וואס מ'האט ממש דערלייגט, אבער הצד השווה אז ס'איז געווען אן אפקומעניש און די ערפארונגען זענען געווען זייער ענליך ווי יואלי שילדערט. די אדרעסן ליסטעס זענען געווען פעלערהאפטיג, רוב טאג איז מען געפארן און אפגעזעסן אין טראפיק און די איינציגע אדרעסן וואס מ'האט אריינגעכאפט זענען געווען צומאל ארעמלייט וועלכע האבן זיך באגנוגנט מיט א מינימאלע נדבה.

יואלי לעבאוויטש שילדערט ערשטקלאסיג ווי די פרוי בייזערט זיך אויף די בחורים אז זי האט שוין פסח'דיגע געמאכט. דאס איז אזוי וואר, איך געדענק ווי ביי איין אדרעס -- וואו מיר האבן זיך ענדליך דערקייקלט -- האט די באלעבאסטע פראסט און פשוט אויסגעפלאגט די מוזיק, שרייענדיג, "ענאף", און אונז ארויסגעווארפן מיט א צוואנציגער ווי הינט אויף די גאס.

כ'האב ממש פיינט געהאט פורים און געוואלט חתונה האבן פאר די בלויזע סיבה פטור צו ווערן פון א בחורישע פורים.

*

דער עכטער מחדש אין דער היי יעריגער פורים אפטיילונג איז קלמי שווארץ.

נאכמאכן שטימעס פון זינגערס איז נישט עפעס ניי, האט ער אבער קונצליך באוויזן דאס צו דערפרישן מיט'ן אריינדרינגען אין דער עסענץ פון חרדישן מוזיק, סיי מיט דער סטיל און כאראקטער וואס מוזיק האט אנגענומען די לעצטע יאר צוויי, ווי אויך אז אלץ איז איינס אין דער זעלבער, געפלאכטן און געבינדן אריין אינעם צווייטן מיט גע'גנב'עטע תנועה'לעך און מעלאדיעס פון אלטע און נייע ניגונים וואס ווערן בלויז איבערגעפאקט אין א 2018 שאכטל.

קלמי מאכט א וואונדערליכע און העכסט-אריגינעלע אבזערוואציע איבער חרדישע מוזיק. און מיט'ן געבן דעם אויבנ-אן פאר מיילעך קאהנ'ס "העלא" און "יעדער איינער" האט ער אומוועלנדיג אנערקענט דער אטעם פון פרישע לופט און די ספעציעלע גענע אט דער זינגער האט היי יאר צוגעברענגט צו דער מוזיק ספעקטרום.

*

אויסער יואלי לעבאוויטש, טורקס אלס טראמפ און קלמי שווארץ, איז היי יאר צוגעקומען א פרישער שטערן.

יוסף חיים ראטנשטרייך איז א נייער בדחן פון שיכון סקווירא, א סטענד-אפ קאמידיען אויפ'ן אלטן יאנקל מיללער שטייגער, וועלכער זאגט פליסיג וויצן איינס נאכ'ן אנדערן. ווייט נישט אזוי ראפינירט ווי די מער מאדערנע סיטקאם סטיל אין קאמעדיע פון לאנגזאם-פעלדמאן, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. כ'מוז אים געבן די קרעדיט און זאגן אז ער איז פאני. טייל וויצן זענען געווען קענטיג אבער א באדייטנד טייל זענען געווען נייע, און אז ער לייגט עס אראפ מיט אריגינעלקייט און געשמאק ברענגט עס צום שמייכלען.

די קאמפלימענטן פאר ראטנשטרייך זאג איך בלויז מן הנימוס, און כ'צווינג מיך דערצו. נישט ווייל מיינע קאמפלימענטן זענען נישט אמת, נאר ווייל ער האט מיך אזוי ארויסגענומען פון די כלים אז ס'קומט מיר צום ברעכן. קומט א נייער בדחן, ער גיט זיך צו קענענלערנען פאר'ן ציבור צום ערשטן מאל, און בלויז אנדערטהאלבן מינוט אריין לאזט ער זיך ארויס אין א גרויליגע ראסיסטישע אטאקע קעגן שווארצע וואס האלט אן פאר גאנצע פינף מינוט! "בלעק פיפל, נאוט סאו סמארט, נאט סאו סמארט," זאגט ער איבער איינמאל און נאכאמאל. טאמער גרויסט זיך דער שווארצער אז ער גייט ענדיגן קאלעזש, (קוק ווער ס'רעדט!), מיינט עס אז ער גייט ענדיגן וואשן די לאבי און די פענסטערס.

ראטנשטרייך לאזט נישט נאך און לאזט לויפן איין ווערטל נאכ'ן אנדערן מיטן זעלבן גרויליגן מיטלאלטערישע סטערעאטיפ ווי דער שווארצער איז א נאר און א בהמה. מיין אנטריסונג און אויפשוידער איז דריי פאכיג.

קודם כל, האלטן מיר נאך אין יאר תשע"ח ביי דעם אז מ'דארף מחנך זיין מענטשן ווי עקלהאפטיג ראסיזם איז? מיר רעדן דאך נישט דא פון אנגעפרעסענע ווייסע גוים וואס לעבן על סיר הבשר שוין צוויי הונדערט יאר, נאר פון אידישע קינדער וועמענ'ס זיידעס און באבעס זענען דערמארדעט געווארן קוים 70 יאר צוריק מחמת ראסיזם. דיר דארף מען מסביר זיין ווי עקלדיג דאס איז צו משפט'ן א פאלק מיט געמיינע ליצנות און סטערעאטיפן?! און שווארצע זענען נישט נאר א פאלק, נאר כמעט 20 פראצענט פון דער מענטשהייט!

והשנית, אז דו ביסט שוין יא דורכגעפוילט מיט ראסיזם, וואו איז דיין שכל דאס ארויפצושטעלן אין פובליק צו די אויערן פון צענדליגער טויזנטער צוהערער? ביסטו אזוי בלינד אז ניטאמאל זעסטו נישט ווי שלעכט דאס איז, און אז פאר רוב מנין ובנין פון אנשטענדיגע מענטשן איבער דער וועלט ביסטו א געמיינער פארשוין פאר'ן רעדן אזוי? דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בדחן אליין, און סיי פאר דער רעדאקציע פון קול מבשר וואס האט דורכגעלאזט אזא זאך.

והשלישית, די היי יעריגע פורים אפטיילונג איז פילייכט שוין אויסגעהערט געווארן דורך שווערע טויזנטער מענטשן. עס איז פון די פאפולערסטע צייטן פאר קול מבשר במשך דעם גאנצן יאר. מוצאי שבת, גאנצע דריי טאג נאך וואס די קול מבשר פורים אפטיילונג איז ארויפגעשטעלט געווארן, זענען די ליניעס געווען איבערגעשטרענגט און געזשעמט פון די פילע אריינרופער, און צו מיין אנטריסונג איז אין פוצה פה ומצפצף. ווען קול מבשר טוט עפעס די מינדעסטע וואס איז נישט פאר איינעם צום הארצן וואלט עס שוין לאנג אראפגעפלויגן פון דארט, אבער אין דעם פאל איז יעדער צופרידן. א גרויליגע אטאקע פון ראסיזם ווערט גענצליך אקצעפטירט אן דעם וואס סיי ווער זאל שטעלן א ווידערשטאנד דורך סיי וועמען.

כ'ווייס אז ס'איז פורים, כ'ווייס אז בדחנים גלייכן צו טרייבן שפאס פון סטערעאטיפן, פון שוויגערס, פון ארץ ישראל אידן, פון עלטערע אידן. כ'ווייס אז א וויץ איז א וויץ און מ'דארף עס נישט נעמען פערזענליך. אבער אטאקירן א גאנצן פאלק איז אנדערש ווי גוטמוטיגע וויצן. וואס "אנטיסעמיטיזם" איז ווייסטו? אנטיסעמיטיזם איז א ווארט פאר ראסיזם קעגן אידן. אויב ביסטו קעגן אנטיסעמיטיזם ביסטו קעגן ראסיזם. אז נישט, ביסטו גארנישט בעסער פון דעם אנטיסעמיט. פונקט ווי דו האסט נישט ליב ווען איינער רעדט קעגן אידן, האבן די אנטיסעמיטן אויך נישט ליב ווען מ'רעדט קעגן זייער אייגענעם פאלק. א ראסיסט און אנטיסעמיט ווערן נישט אפגעשאצט לויט ווי שטארק מ'האט ליב דעם אייגענעם פאלק, נאר צי מ'קען אנערקענען "יענעם". פאר'ן אנטיסעמיט איז דער איד דער "יענער", און פאר דיר איז דער שווארצער דער "יענער". און פונקט ווי דו פארשטייסט ווי געמיין דער אנטיסעמיט איז, דארפסטו פארשטיין ווי געמיין ראסיזם איז.

כ'וואלט געבעטן דעם רעדאקטאר ר' זלמנ'ען -- צו וועמען מיר האבן אלע גרויס רעספעקט און שעצונג פאר זיין דעליקאטע ארבעט -- אז ער זאל זיין אזוי גוט און אויסמעקן די ראסיסיטישע ווערטלעך. אלס דער טאן געבער אינערהאלב חרדיזם אויף פיל א ברייטערע פארנעם ווי סיי וועלכן אנדערן איינפלוסרייכן פערזאן, דארף ער אונז באלייכטן מיט עטיק און טאלאראנץ און נישט חלילה דאס פארקערטע.

אין א פארציע מוסר בכלל פאר ראטנשטרייך, אלס גרינער, וואלט ער זיך געמעגט אויסלערנען צו נוצן עטוואס א סענסיטיווע שפראך, און ווען מ'רעדט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן וועלכע זענען אומגעקומען אין אן ערדציטערניש אין האיטי, דרוקט מען זיך נישט אויס מיט גרינשעצונג אויף דער פארלוסט פון אזויפיל מענטשליכע לעבנס. מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים "געפייגערט"?!

*

איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, ווי דוקא די שיכורישע און קאמישע טעג פון פורים ערמעגליכן דורכצוזען די הערצער פון אידישע קינדער און וואס עס ליגט דעם ניכטערן אמת'דיג אויפ'ן לונג. עס שיינט זיך ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל. בנות ישראל יפות הן, אידישע קינדער זענען אזוי הערליך און הארציג, מ'האט זיך ליב איינער דעם אנדערן, מ'פארטיילט מיליאנען פאר צדקה, מ'האט ליב גאט און זיינע געבאטן, אלא שהאיסורים וחרמות וקנמות מנוולת אותן, די גאנץ יאריגע קאנפארמיטעט טוט פארטונקלען און דערשטיקן די נשמה.

פורים איז א טאג וואס אידן קומען ארויס פון זייער שאלעכץ מיט הערליכע פארבן. אז מ'לאזט א טראפקעלע נאך פון דעם גאנץ-יעריגן געיעג צו געפעלן פאר יעדן, קומט ארויס א פאלק וואס באשטייט נישט פון טעכנישע ראבאטן, נאר פון נשמה'לעך וואס זענען מקושר צום זיך און צום רבוש"ע. הלוואי זאל זיין א גאנץ יאר פורים.

היינטיגע נשמות זוכן אהבה און שמחה, הארץ און ספירטואליטעט, און ווען מ'נעמט אוועק די אלע באגרעניצונגען און פילטערס, מ'טוט זיך אן א טשיקאווע היטל און מ'גיסט זיך אן א גלעזל משקה, אנטפלעקט זיך דעם אמת'ן און הערליכן בילד פון ואני קרבת אלוקים לי טוב!

לאמיר פארזיכערן אז די לייכטקייט און דערהויבנקייט פון ימי הפורים זאל נאר אנטפלעקן אונזערע זיסע געפילן, און נישט חלילה דאס פארקערטע.


____
רעדאגירט מיט דער הילף פון ידידינו @אבטולמוס.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר