"ידעתי" – אמונה מאגאזין פון "מאמענט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

"ידעתי" – אמונה מאגאזין פון "מאמענט"

שליחה דורך אבטולמוס »

אונטער דעם סלאגאן "אידישקייט מיט'ן גאנצן קנאק" שטעלט די באקאנטע "מאמענט" אויסגאבע ארויס צום ערשטן מאל דעם מאגאזין מיט'ן נאמען "ידעתי". די נייע אויסגאבע ווערט צוזאמענגעשטעלט דורך א גרופע יונגעלייט וועלכע האבן איינגעזען אז עס איז דא אן ערנסטער סעגמענט פון דער חסידישער געזעלשאפט וואס איז שוין מיד פון דער אויסגעדראשענער און לעכערליכער אימיטאציע פון אידישקייט וואס מיר ווערן געפיטערט אין די היימישע אויסגאבעס און אין דרשות פאר'ן ציבור, און זוכט עפעס העכער און טיפער צו קענען זעטיגן זייער נשמה.

שוין עטליכע יאר וואס די יונגעלייט ברענען מיט אייפער צו טרעפן א לעזונג צו דער סיטואציע, בפרט אז ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען איינער איז א מבקש האמת קען מען אים מער נישט קאנטראלירן צו די ד' אמות פון ראדני-פּאָליש. עס מוז זיין אן אנערקענונג אז נישט יעדער איז געקנאטן פון זעלבן טייג, און נישט יעדער קען זיין באפרידיגט פון מעינסטריעם האלסעיל אמונה-גערעדעכץ.

נאך עטליכע יאר פון קלערן פארשידענע אופנים וויאזוי צוצושטעלן דעם חומר, אריינגערעכנט א קלער צו עפענען א וועבסייט, איז די נייע אויסגאבע דער ערשטער פראדוקט פון מכון "ידעתי".

עס איז צו האפן אז דער "ידעתי" וועט טאקע פארשטעלן אמת'ע "ידיעה", א זוך נאך אמת, און נישט נאך א פרואוו צו ווארפן זאמד אין די אויגן ווי "כאילו" איינער איז אינטערעסירט אז אידישקייט זאל שיינען און גלאנצן, פשוט צו בארואיגן די געמיטער פאר נאך א שטיק צייט ביז מ'וועט פרובירן נאך א קונץ.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180328-WA0013.jpg

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר