"דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

"דער איד" האט יעצט א געלעגנהייט צו זיין א "נארמאלע מענטש"

שליחה דורך חתם סופר »

יעדער ווייסט אז די אהרונים גרייטן זיך צו מאכן א גרויסע כינוס כללי ווי זיי גייען רעדן קעגן ציונות. יעדער ווייסט אז די אהרונים טוען עס ווייל זיי זענען נאך אנגעפאטשט פון די מעכטיגע בארקלעיס אסיפה וואס די זאלונים האבן געמאכט פאריאר. אבער ס'איז נישט קיין ספק אז די גאנצע אסיפה גייט זיין כולו קודש פאר די סאטמארע מלחמה קעגן די ציונים.

איך פארשטיי אז די זאליס ווילן זיך נישט באטייליגן און ווילן נישט האבן א חלק אין די פאליטישע געים פון די אהרונים -פינקט ווי די אהרונים האבן נישט געוואלט האבן א שייכות מיט די פאליטישע געים פון די זאליס ביי די פאריאריגע אסיפה. אבער לאחר המעשה דארף מען געבן א קוק אויף די זאך פון א ריין סאטמארע בליק, אהן מחלוקת און פאליטיק. ס'איז א פאקט אז 13-14 טויזענט אידן גייען אנפילן א זאל צו שטורעמען קעגן ציונים. ס'איז א הערליכע זאך. מי יגלה אפר עיניך רביה"ק מסאטמאר. האט ער זיך געקענט פארשטעלן אין ווילדסטען חלום אז אזויפיל סאטמארע אידן וועלן זיך צוזאמקומען נאר צו פייערן קעגן די ציונים?

אוודאי גייט דער בלאט האבן די ריזיגע אסיפה אויף די פראנט פעידזש און מאכן א ריזיגע פראפאגאנדע מיט ביילאגעס און אלע אנדערע שטותים. דאס איז דאך זייער פאליטיק און פראפאגאנדע. אבער פארוואס זאל נישט דער איד זיין דא א "נארמאלע מענטש" און פשוט באריכטען די פאקטן ארום די אסיפה. דארפסט נישט מאכן קיין מצב, אבער שרייב א געהעריגע דזשערנאליסטישע ריפארט אזוי ווי די נ"י טיימס וואלט עס געשריבן. באשרייב אז ס'איז א כבוד פאר סאטמאר, און שרייב אז ס'געט א boost פאר די סאטמארע מלחמה קעגן ציונים. ווייל דאס איז די אמת.

לאמיר זעהן אויב דער איד קען מאכן דעם טשעלענדזש -באשרייבן די אסיפה ווי נארמאלע מענטשן, אהן קיין טשעפערייען, פשוט אלס א סאטמארע צייטונג וואס וויל באריכטען יעדע זאך וואס ברענגט כבוד פאר'ן בעל ויואל משה און זיין שיטה.

ענטפער מיך נישט אז דער בלאט האט נישט באשריבן די זאלי אסיפה פון לעצטעס יאהר, ווייל היא אשר דברנו. פאליטיק שפיל מיט דעם אז די וועסט עס נישט באשרייבן מיט נוסח פראפאגאנדע, אבער זיי א נארמאלע ערענסטע מענטש, און באשרייב די אסיפה. דער בלאט איז דורכגעפאלן די טשעלענדזש. וועט דער איד זיין קלוגער?

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר