בלאט 1 פון 1

"אוצרות" מדי חודש בחודשו

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:48 pm
דורך קלאר
אנדערט האלב יאר צירוק (בערך) האט די אוצרות אנגעהויבן צו ערשיינען אלס אויסגאבע פאר סאטמערע יודן
דער חודש'ליכע אויסגאבע ''אוצרות'' האלט ביי די 16'טע באנד
אין זיינע ליינער וואקסען חודש'ליך אין גרויסע ציפערן פין אפי' נישט-סאטמערע אידן
די גרינדער פינעם אוצרות האבען געוואלט עפענען אזא סטייל ווי ''דער אידישער געדאנק'' פלעגט זיין ביז תש''ס
למעשה אין מיינע אויגען האלטן זיי שוין אסאך ווייטער ווי דער אידישער געדאנק
עס איז מלא תוכן, אין האלט זיך אויף גאר הויכע סטאנדארטען
געשמאקע שרייבער אין ציענדע ארטיקלען אויף א הויכע ניווא

איך וואלט געווען נייגעריג אויב איינער ווייסט
ווער איז דער בעה''ב אין ווער איז דער רעדאקטער - אויב עס איז 2 באזנידערע מענטשן
איך זעה אז יעדע שרייבער שרייבט דארט זיין אריגינעלע נאמען (דארט ניצט מען נישט קיין פיקטיווע נעמען) חוץ דער רעדאקטער