אידישע און וועלטליכע נייעס: בחדרי חדרים.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15067 מאל
קאנטאקט:

אידישע און וועלטליכע נייעס: בחדרי חדרים.

שליחה דורך berlbalaguleh »

די נייעס סטאנציע בחדרי חדרים (נישט צו פארטוישן מיט בחדרי חרדים) האט יעצט באריכטעט אז אין דעם ניי געגרינדעטן שטאט..."פאלם טרי"...האט מען יעצט ערוועהלט די נייע פיהרערשאפט. (ווער...? ווען, און אוואו זענען געווען די בחירות (הטמאות) ווייסט קיינער נישט.) ...!
דער טאון סופערווייזער איז (כנהוג) הרב אברהם ווידער. טאון קלוירק איז ר'...סעגעדין, הי"ו. און די גאנצע אקרו"ט וזט"א זענען אויך (עפ"י פקודת כ"ק מרן הגה"ק שליט"א ערוועהלט געווארן.

דער חרדי'שער צייטונג דער בלאט באריכט אויך אז די נייע טאון אוו פאלם טרי (געוועזענע קר"י והגלילות) האט אויך אנעקסירט און אינטעגרירט 150 אקער לאנד פון דעם דערנעבנדיגן שטעטל טאון אוו מאנרא. מ'ארבעט אויס די פלענער אויף ווען ס'וועט אי"ה נאכמער נתרחב ווערן די גבולי הקדושה. ווען מ'וועט אי"ה אנעקסירן די איבעריגע 350 אקער לאנד.

נאר איידער מ'איז צוגעגאנגען אדורכפיהרן די אלע אויבנדערמאנטע פעולות האט מען אנגעפרעגט ביי דעם דיין הגאון הגדול מוהר"ר געציל בערקאוויטש שליט"א. און ער האט געפסקנ'ט אז מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט די התנגדות פון די לאקאלע (גוי'אישע) איינוואוינערס. ווייל דאהי אין אמעריקע גייט נישט אן דער איסור פון התגרות באומות. דער דאזיגער איסור גייט נאר אן אין מדינת ישראל. (אשר בדו הציונים הטמאים מליבם הטמא, רח"ל). דער דיין שליט"א פאררופט זיך אויף א רמב"ם (כאטש דער רמב"ם איז געווען א ליובאוויטשער). אין הלכות מלכים פט"ו הלכה ד' זאגט דער רמב"ם. וזה לשונו..."אין התגרות באומות נוהג אלא במדינת ישראל. בין בזמן הבית ושלא בזמן הבית"...ובודאי לא בנסיכות ה'תפוזים או בנסיכות המלכים...זאגט אויף דעם דער כסף משנה...פי'. ארענדזש קאונטי. ו'קינגס קאונטי...!

דער ראב"ד קריעגט אויפ'ן רמב"ם און ער זאגט...זה אינו. כי כ"ק הגה"ק מהר"א שליט"א בכבודו ובעצמו תקף את חב"ד באופן מבהיל ונורא על שהם בעד מדינת ישראל השלימה. וזה גורם התגרות באומות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! פרעגט דער ראב"ד ווייטער. אויב התגרות באומות איז אסור אין מדינת ישראל. פארוואס איז עס נישט אסור אין מאנרא...?!ס'שטייט דאך אין די זעלבע תורה...?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר