דער הייליגער מוסד..."נטרונא"...

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14871 מאל
קאנטאקט:

דער הייליגער מוסד..."נטרונא"...

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין די ..."אוצר"... אפטיילונג פון דער בלאט די וואך פ' תולדות, איז דא א באריכט פון אן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' משה דוד כ"ץ שליט"א דער מנהל (רוחני) פון דעם הייליגן מוסד ..."נטרונא"... האט אפגעהאלטן מיט דעם טמא'נעם יונג. דער רעפארטער פון דעם טמא'נעם מזרחיס'טישן צייטונג..."מקור ראשון"... אין די טמא'נע מדינת ישראל....

דער חשוב'ער מנהל שליט"א לייגט אראפ פאר דעם טמא'נעם ציוניס'טישן יונג מיט אלע פרטים וואס דער הייליגער מוסד נטרונא טוט אלץ אויף. ביז ס'איז מקויים געווארן אזוי ווי ס'שטייט אין זמירות לליל שבת..."ומלאך רע יענה אמן בעל כורחו"... אז דער טמא'נער יונגאטש, דער שייגעץ פון די טמא'נע מזרחי איז אויכעט (בע"כ) מודה אז די רבי זי"ע איז גערעכט געווען. און נטרונא איז אויכעט גערעכט. מיט אלע עניינים...

איינס פון די הויפט פונקטן וואס דער חשוב'ער מנהל שליט"א האט געזאגט פאר דעם מזרחיס'טישן שייגעץ דעם ציוני איז, אז אונז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, גייען ארויס מאכן פראטעסטן אקעיגן דעם טמא'נעם יונג, שייגעץ, אפיקורס און טיפש (לפי שיטת הרב ש.ב. מרגליות שליט"א) בנימן נתן יהוא שר"י ווען ער קומט קיין אמעריקע אדער ענגלאנד. ווייל ער, דער רשע, שר"י (כבר אמרנו) פרובירט צו רעדן אין נאמען פו אלע אידן. וויללן מיר מודיע זייין לעיני העמים והשרים אז ער און זיין טמא'נע מדינה רעדן נישט אין נאמען פון די ערליכע אידן...!

יעצט לאמיר א ביסל אנאליזירן די פאקטן. ווען ביבי (שר"י) איז געקומען קיין וואשינגטאן צו פרעזידענט אבאמא יר"ה האט ער אפשר גערעדט איבער די שטחים וואס קר"י האט אנעקסירט...צי מ'מעג דארט בויען הייזער. התינח אויב ער וואלט פארהאנדלט מיט דעם הויכגעשעצטן פרעזידענט יר"ה איבער דעים. פארשטיי איך פארוואס די ערליכע אידן זענען ארויסגעגאנגען אין א מחאה. אדער אפשר ווען ער האט אויפגעטרעטן אין די יו. ען. האט ער פאהאנדלט איבער דעים אז די חסי'ד'ישע אידן זאללן באקומען מער דירות אין די פראדזשעקטס. אדער א העכערונג אין די סעקשאן 8 צאלונגען. קען איך פארשטיין פארוואס דער היימישער עולם גייט ארויס מוחה זיין און אויסשרייען דעם דבר ה' אז דער שייגעץ און אפיקורס און טיפש רעדט נישט אין זייער נאמען. אבער, לויט ווי אונז זעמיר אינפארמירט געווארן דורך א רעפארט אין די (חשוב'ע) ניו יארק טיימס, אז דער שייגעץ און אפיקורס האט נאר גערעדט מיט דעם פרעזידענט איבער די שטחים וואס מדינת ישראל האט צוגענומען ביי די וואוילע, אומשולידגע שעפעלעך, די פאלעסטינער...! דאס איז איין חלק...!

ס'איז דא נאך א טייל פון די פעולות נשגבות פון דעם הייליגן מוסד נטרונא. אז אונז ערליכע אידן זענען נישט מסכים מיט די מערדערישע פאליסיס און די דיסקרימינאציע אקעגן די חשוב'ע פאלעסטינער באפעלקערונג. זיי. די הייליגע מוסד ..."נטרונא"...געבן אויס שווערע מיליאנען (ס'הייסט. נישט פון די אייגענע טאש. נאר מ'גייט שנארן צו די נאאיווע גבירים אין אמעריקע און ענגלאנד) זיי דינגען בעלי דרשנים וועלכע רעדן א גוטן ענגליש (נישט פון די אייגענע קרייזן, פארשטייצעך.) זיי מאכן אדווערטייזמענט אויף די ראדיא. און אפשר (גאר בקרוב אויף די טמא'נע טעלעוויזיע אויך). אלעס להראות לעיני העמים והשרים (כדברי מרן הגה"ק מהר"א מקר"י שליט"א) אז אונז ערליכע אידן זעמיר (ח"ו) נישט קיין שותפים צו די טמא'נע מדינה. און דאס גייט ראטעווען די ערליכע אידן פון די הענט פון די אנטיסעמיטישע רוצחים. אז זיי זאללן שוין מער נישט האבן קיין פתחון פה צו שלאגן און הרגנ'ען אידן...!

יעצט לאמיר זעהן אויב די אלע פעולות נשגבות און די שווערע געלטער האבן שוין געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי איז שוין געווען א פאל וואס א גוי'אישער רוצח. צי א דייטשער, פראנצויזישער אדער אראבישער האט געזאגט. אט דער איד איז נישט קיין ציוני. לאמיר איהם נישט טשעפען. ווייל אזוי האט ער געהערט אדער געליינט פון נטרונא...! אדרבה. טאמער איז דא איין איד איבער די וועלט וואס איז שוין געראטעוועט געווארן ממות לחיים דורך נטרונא, ביטע זאלל ער זיך קומען איינמעלדן. א גרויסער גביר האט איינגעלייגט א מיליאן דאללער (אין מאנאפאלי געלט) צו געבן פאר דעם ערשטן איד וואס איז געבליבן לעבן אין דעם זכות...!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר