בלאט 1 פון 1

לבלר - נייע תורה אויסגאבע פון מאמענט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:12 pm
דורך חתם סופר
אינעם מאמענט פון די וואך איז דא א גרויסע מודעה וועגן א נייע אויסגאבע וואס גייט ארויסקומען מיט'ן נאמען "לבלר".

ווי מ'הערט וועט דאס זיין א תורה אויסגאבע וואס וועט קומען אינעם מאמענט פעקל אזוי ווי נפשי, ידעתי, וכו'.

די נעמען וואס ווערן אויסגערעכענט זענען לייבן אין די וועלט פון תורה שרייבעריי, כאטש מסתמא אפאר פון זיי, למשל ר' עזריאל טויבער, וועט סתם זיין נאכגעשריבענע זאכן, און נישט ארגינעל פאר לבלר.

אויב טאקע האבן זיי ר' סיני מלוביצקי צו שרייבן נייע ארטיקלען לוינט זיך פאר דעם אליין!!