דער סוד פון א מוצלח'דיגער אויסגאבע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

דער סוד פון א מוצלח'דיגער אויסגאבע

שליחה דורך העניך »

פאריגע וואך האט דער העברעאישער "משפחה" מאגאזין אפגעצייכנט דרייסיג יאר זינט עס האט זיך געעפנט. די אויסגאבע האט געפייערט די גרויסע געשעעניש מיט א דיקע ביילאגע וואס איז געווען צוגעלייגט צו דעם מאגאזין, וואו שרייבער, עורכים, גראפיקער, וכו', האבן זיך עראינערט איבער די לעצטע דריי-צענדליג יארן, און וויאזוי משפחה האט דערגרייכט צו אזא געוואלדיגן מילשטיין.

און א מילשטיין עס איז. קיינער קען נישט חולק זיין אז משפחה איז די סאמע מוצלח'דיגסטע זעלבסטשטענדיגע חרדישע אויסגאבע. פון א חודש'ליכע אויסגאבע דרייסיג יאר צוריק איז עס געווארן וועכנטליך, און דערנאך וועכנטליך באזונדערע מאגאזינען פאר פרויען און קינדער, און שפעטער פארשידענע ביילאגעס, וכו'. אלע חרדישע מאגאזינען, אין עברית, ענגליש, און אידיש, זענען תלמידים און תלמידי תלמידים פון משפחה.

איין ארטיקל אין דער פייערונג ביילאגע האט געכאפט מיין אויג, און איך פיל אז ס'איז וויכטיג צו רעדן דערפון, בפרט ווייל כידוע דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל אלע שרייבער און ארויסגעבער פון די היימישע אויסגאבעס, און זיי דארפן דאס הערן. דער ארטיקל איז פון אברהם רכטשפר, וועלכער איז געווען דער "מנהל המערכת" פון משפחה פאר 12 יאר, און ער שרייבט 5 סיבות וואס האט געברענגט משפחה צו אזא הצלחה.

איך וויל דא איבערגעבן מיט א פרייער איבערזעצונג צוויי פון די סיבות וואס ר' אברהם רכטשפר שרייבט:

1. 'משפחה' האט אייביג געהאט עליות און ירידות. עס זענען געווען שווערע צייטן מיט פינאנציעלע פראבלעמען וואס האבן גאר שטארק געדרוקט אויף די ארויסגעבער. אבער איין זאך האבן זיי אייביג געוואוסט: קיינמאל וועט מען נישט שפעטיגן מיט'ן צאלן די שרייבער אפילו מיט איין טאג.

עס האט מיר דערציילט ר' יודקה פלאי ז"ל [דער אריגינעלער אייגנטומער פון משפחה], אז אין איינע פון די ערשטע יארן איז געווען א ספעציעל שווערער חודש, ווען עס איז פשוט נישט געווען קיין געלט. און ער האט אנגעטראגן פאר זיין זון ר' אלי [דער מנהל פון משפחה], אז ער זאל צואווארטן עטליכע טעג ביז דאס געלט וועט אריינקומען ביז'ן באצאלן אלע ארבעטער. אין יענער תקופה זענען נאך נישט געווען אסאך ארבעטער, און יעדער וואלט פארשטאנען א פארשפעטיגונג פון עטליכע טעג. אבער ר' אלי האט נישט מסכים געווען. "ביי אונז וועט מען קיינמאל נישט שפעטיגן מיט'ן באצאלן די ארבעטער."


2. 'משפחה' האט אייביג מקפיד געווען אויף דעם רעספעקט פון זיינע לייענער. אויב איז אן ארטיקל געווען באצאלט, איז דאס אייביג קלאר צוגעצייכנט געווארן אז מ'זאל נישט מיינען אז דאס איז אן ארטיקל פון דער רעדאקציע. אפילו ווען עס זענען געקומען אנבאטן פון גרויס געלט אז מ'זאל זיך פירן אנדערש, האט משפחה דאס אייביג צוריקגעוויזן. דאס זעלבע ווען מ'האט געסטראשעט אז אויב מ'וועט נישט אריינשטעלן דעם ארטיקל אן שרייבן אז ס'איז באצאלט וועט מען מער נישט אדווערטייזן אין משפחה, האט די רעדאקציע זיך אויך נישט דערשראקן. איך געדענק אז ר' אלי פלאי האט מיר געזאגט אז אפילו אויב זאל זיין נאר איין אדווערטייזער אין משפחה דורכאויס דעם גאנצן יאר, וועט ער פאר זיי אויך נישט טוישן זיין ליניע. דער לייענער דארף וויסן דעם חילוק, נישט קיין נפק"מ דער פרייז.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר