חתם סופר האט געשריבן:לעצטענס קומט ארויס א בלעטעל "דער בארא פארקער". גראדע נישט קיין שלעכטע איידיע אבער איך ווינדער מיך פאר וועם ער קעיטערט. דערווייל האלט ער אין איין קעיטערן פאר די עקסטרימיסטען, אסאך מאל דאכט זיך אז מ'ליינט דער איד אדער דער בלאט. איין טאג האט ער געהאט א גאנצע אטאקע קעגן "בעסערע אינגעלייט" א אנדערע מאל שרייבט ער ברוך שעקר ע''ז אויף די רעפארם טעמפל. (איינער האט טאקע אריינגעשיקט א בריוו מוחה זיין). בקיצור אלעס איז עקסטרים. ער זיכט נאר צו קעיטערן פאר חניאקעס? אויב פארטרעט ער בארא פארק דארף ער דען נישט שרייבן שיין אויף אלע היימישע בארא פארקע איינוואוינערס? כאטש רייס נישט אראפ אנדערע מענטשען.
אישתישבי האט געשריבן:ווייל רעפארם איז נישט עבודה זרה. ר' מענדל וויזניצער איז עבודה זרה, און ער דעווייל איז ער נישט מתפלל יהי רצון שיעקר עבודה זרה של ר' מענדל וויזניצער מארצינו.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מיינסט טאקע אז די רעפארמער ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך? זייערע רבנים קענען נאך אזוי גוט לערנען ווי אונזערע.
yatzmachp האט געשריבן:...ממילא ברויך מען זאגן ברוך שעקר עבודה־זרה ממקומינו....
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט