צי איז אונזער קריטיק אויף די אידישע אויסגאבעס אויפריכטיג?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14872 מאל
קאנטאקט:

צי איז אונזער קריטיק אויף די אידישע אויסגאבעס אויפריכטיג?

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען ס'קומט צו קריטיקירן א מאמר אדער א געוויסע שטעלונג פון א אידישע (היימישע) פובליקאציע, זענען דא א סאך קונים. וגם אני בתוכם. ספעציעל אויף דעם בלאט. דעם איד ליין איך נישט לעצטנס. איך האב עס געליינט בקביעות ובהתמדה מ'דאשקע ל'דאשקע בימי הרב ר' סענדער דייטש ז"ל. אבער ווען זיי טוען א גוטע, לאגישע און יושר'דיגע זאך הערט מען כמעט נישט אפילו קיין קול דממה דקה...!

אויסער די אנדערע גוטע נקודות וואס דער בלאט האט, האבן זיי געטון זייער א גוטע זאך. ווען די גאנצע אידישע (און להבדיל' גוי'אישע) וועלט איז געווען פארנומען מיט באשרייבן די הסתלקות פון דעם צדיק הדור הרהצה"ק מ'סקולען זצ"ל, האט מען אינגאנצן פארגעסן פון די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל האט געליטן. ספעציעל די אידן פון ארץ ישראל. מיט די פטירה פון הרהגה"צ ר' משה יודא ליב לאנדא זצ"ל. וועלכער איז געווען דער אב"ד בני ברק פאר לאנגע יארן. און זיין השגחה איז געווען פאררעכנט אלס די בעסטע אין פעלד פון כשרות. וואס ער האט אנגעפיהרט פונקטליך אזוי ווי זיין טאטע הרהגה"צ ר' יעקב לנדא זצ"ל. און זיין מנהיגות און הקפדה אויף עניני צניעות אין די שטאט בכלל. האט דער בלאט געברענגט אויף די ערשטע זייט. און אויך באשריבן באריכות זיין גאנצע לעבנס געשיכטע און זיין אנפיהרן מיט די רבנות אין די עיר התורה בני ברק. דארף דאס ספעציעל ארויסגעהויבן ווערן לשבח...!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר