בלאט 1 פון 1

נייע אויסגאבע "בארא פארק בבנינה"

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 10:47 pm
דורך חתם סופר
אין בארא פארק איז די צווייטע טעג יו''ט ארויסגעקומען א גאנצע מעגעזין מיטן נאמען בארא פארק בבנינה וואס באשרייבט אלע נייע שוהלן אין ב''פ.

מ'האט עס געטיילט אומזינסט און ס'האט נישט געהאט קיין עד'ס.

מאנכע זאגן אז די וואך געט עס ארויס. אבער וואס איז די ציל? איך מיין אז די באשרייבונג פון די בית יצחק שוהל איז די גאנצע ציל פון די גליון

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 28, 2019 10:48 pm
דורך חתם סופר
דא קען מען זעהן די גליון

https://t.me/JewishPublications/25459

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:44 am
דורך תנחום
חתם סופר האט געשריבן:אבער וואס איז די ציל? איך מיין אז די באשרייבונג פון די בית יצחק שוהל איז די גאנצע ציל פון די גליון

מראה חזקאל קוקט אויך אויס ווי א ציל

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:56 am
דורך לבי ובשרי
לענ"ד איז דאס געווען היפש א ביליגער ליפלעט.
נישטא קיינע נעמען און קיינער ווייסט נישט וואס ער וויל.
אינהאלט איז געשריבן שוואך, לויז און בחור'יש

Re: נייע אויסגאבע "בארא פארק בבנינה"

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:46 pm
דורך יהודי פשוט
יעדע בנין אין דעם אויסגאבע האט באקומען 2 זייטן דארט, אויסער די בית יצחק שוהל וואס האט באקומען 6, איז לכאורה דאס די ציהל

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:08 pm
דורך אישתישבי
אוודאי בית יצחק.
אושי גליק, ווייל אז דער געווענליכע מענטש זאל גלייבען אז עס האט נישט מיט ליבאוויטש, נאר מיט דער שטאט ליבאוויטש, נישט דער חסידות. זיין פייט ווערט כסדר באריכטעט דורך האסידיק.

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 29, 2019 11:32 pm
דורך שושן פורים
לבי ובשרי האט געשריבן:לענ"ד איז דאס געווען היפש א ביליגער ליפלעט.
נישטא קיינע נעמען און קיינער ווייסט נישט וואס ער וויל.
אינהאלט איז געשריבן שוואך, לויז און בחור'יש

דאס וואס ער וויל שרייט ארויס!!

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:18 am
דורך קאצקע ציקער
ער שרייבט א ליסט וואס מען גייט באשרייבן אינעם קימענדיגע אויסגאבע לכאורה כדאי צו פארדעקן דעם ציל

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 30, 2019 9:21 am
דורך אישתישבי
און עס גייט קומען נאך איינס ווען עס וועט אויספעלן פאר זיין מערכה.