אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק


דורך: קאווע קריטיק


די דיקע ביכלעך איינס איבערשטייגנדיג דעם אנדערן וואס זענען ערשינען אצינד אויף יו"ט פסח, און די צעווארפעניש וואס הערשט ביי די אידישע ניוס-סטענדס מיט אומצאליגע זשורנאלן און אויסגאבעס פון אלע סארטן, איז אין מיינע אויגן חומר למחשבה, און צייגט אויף א ניי געבוירענע רענאסאנס פאר'ן אידישן שריפט.

אויב מיט פינף און צען יאר צוריק איז גארנישט געווען צום געפינען אין אידיש-רעדנדן מארק סיידן די אלטגעזעסענע צייטונגען, דארפן די אומצאליגע נייע אויסגאבעס וואס פילן אן די פאליצעס און די אלץ דיקערע און פארגרעסערטע יו"ט אויסגאבעס וואס זענען אין קאנקורענץ מיט די טעלעפאן ביכער אין דיקקייט, צייגן אויף א געיעג צווישן די ארויסגעבער און רעדאקטארן צו ערפילן א געוויסע לאך. עס מוז זיין אז עס שפירט זיך א געוויסער חלל און פון הינטער'ן באוואוסטזיין זענען אלע אין קאמף צו קריגן א ביסן און איינקויפן פראמינענץ אין א פיצל מארקעט וואס קען לכאורה נישט דערהייבן אזא איבערפלוס.

אין דער צייט וואס די קוואנטיטעט שטייט ביים העכסטן שטאפל ווי סיי ווען אימער, איז אבער די קוואליטעט אן אנדערע מעשה. איך בין נישט מסכים מיט די שווארץ-זעער וואס קלאגן אלעמאל ווען מ'רעדט פון אידישן געדרוקטן ווארט אז ס'איז אין דיותא התחתונה. לדעתי איז פארהאן אסאך גוטע סחורה און אסאך גוטע שרייבערס, דער פראבלעם איז אז עס איז משתמש בערבוביא אין אן ערוב-צעמישעניש פון פלאגיאירטע ווערק, ענדלאזע פראמאס און אנאנסן און די צווייטע קלאס נידריג-ראנגיגע דאזע פון סחורה וואס אנטהאלט חרוסת און אמאטורישע בחור הזעצערישע ווערק פון אזעלכע וואס ווייסן נישט וויאזוי אויסצושרייבן זייער נאמען און אהערשטעלן א נארמאל געשריבענעם זאץ.

אלזא, וואו בין איך דא פארקראכן?

אין דעם גאנצן ליטעראטורישן געפילדער, האט אויפגעשיינט א פרישן שטערן וואס ברענגט שוין איינמאל חידושים און קריעטיוויטי צום טיש. א נייער נאמען איז ארויפגעקומען אויף דער שריפטליכער ארענע וואס פון ערשטן מינוט צייגט ער אויף זיין אייגנארטיקייט, ווי אנדערש פון רוב שרייבערס וואס באהאלטן זיך אונטער פסעוודאנימען און היזשאב-שלייערן האלט ער נישט זיין אידענטיטעט בסוד און ער איז דא מיט פולן נאמען און געזיכט.

הרב אליהו יואל גליק האט קוים אויסגעפאקט זיינע רענצלעך אין שריפטליכן קווארטיר און זיין נאמען און מער אזוי זיינע ווערק שיקן ווייטע כוואליעס.

עס האט זיך נאר געפאדערט פאר ליטעראטורישע ליבהאבער צו לעזן צוויי דריי פאראגראפן פון זיין וואונדערליכער יצירה "יחץ אן לחץ" אין דעם יו"ט'דיגן מאמענט מאגאזין, צו כאפן אז די רעדע איז פון א פענע-מייסטער וואס שטופט די ווייטגרייכנדקייט פון א געשריבן ווארט צו א פרישע שטיפע.

הרב גליק איז א זון פון אלעמען באקאנטן עלעקטערישאן ר' ז'רח א'ור ב'חושך גליק, וועמענס זיסע מליצה'לע מאכט אונז שוין שמייכלען ביים מישן דעם ביזנעס דירעקטארי פאר צענדליגער יארן. אין א בחינה פון ובא השמש, וזרח (פאן אינטענדעד...) השמש, האט הרב גליק'ס האריזאנט געגעבן א שיין אויף מיט דער פטירה פון זיין רבי'ן דער סקולענער צדיק זי"ע. זיין ערשט געשריבענע ווערק איז פארעפנטליכט געווארן אין "מאמענט" אלס הויפט געשיכטע נאך דער פטירה פון רבי'ן.

אלס סקולענער חסיד, האט ער אויסגעגאסן זיין הארץ אין א הארצרייסנדער און פאעטישער אבידה-מאנאלאג ווי נאר א חסיד קען, שרייבנדיג מיט הארץ און געפיל און אריגינעלקייט וואס מ'קען נישט פאפן. ער האט זיך אבער נישט באגנוגנד בלויז מיט קלאג-לידער און טרויער פראזע נאר אייגנטליך אריינגעפלאכטן אינטערעסאנטע זכרונות און פערזענליכע קבלות און איבערלעבענישן, וואס ער האט געהערט פון סקולענער רבי'ן במשך די יארן וואס האט געגעבן פאר זיין ארטיקל באזונדערע וואג.

איינמאל ס'האט זיך געעפנט דער קראן האט מער נישט אויפגעהערט צו רינען. דאס האט נאכגעפאלגט א וואך דערויף מיט אן ארטיקל איבער די שבעת ימי אבל אין סקולען וועלכע האט עקזעמפליפירט דער נאטירליכער טומל אין סקולענער הויף במשך די שבעה טעג און גלייכצייטיג געברענגט אריגינעלע שילדערונגען אויפגעכאפט ביי די תיקון-טישלעך און וואס חסידים דערציילן אין די טעג פון די אבילות.

קוים וואס ער האט איינגעטינקט דעם פעדער אין טינט-פלעשל און באלד האט זיך עס ווי צעגאסן אין אידישן קיאסק. הרב גליק האט אום פסח דאמינירט דער אינהאלט פון צוויי פון די פראמינענטסטע אידישע מאגאזינען מיט סחורה על גבי סחורה פון רייכסטן אינהאלט.

גליק צייכנט זיך אויס אין קוואליטעט ווי אין קוואנטיטעט, אין מאמענט איז ער ערשינען מיט אייניגע ארטיקלען: א שילדערונג איבער דעם נייעם ישוב אין לינדען, אן ארטיקל אויף די סקולענער קינדער, און דער גולת הכותרת, דער פריערדערמאנטער אריגינעלער "יחץ אן לחץ" ארטיקל.

ס'איז שווער צו אילוסטרירן די אייגנארטיקייט פון דעם געשריבענעם שטיקל ארט פאר די וואס האבן עס נישט געליינט. ס'איז מסתמא אנדערש ווי סיי וואס איר האט נאר געליינט אמאל אין א אידישער אויסגאבע. פאעזיע געפלאכטן מיט חומר למחשבה, הומאר געפעדימט מיט ניצליכע טיפס צו אימפלימענטירן א פאזיטיווער אטמאספער און צוגאנג צו א סדר נאכט -- אן קיין צווייפל א רעוואלוציאנירנדער סטיל ארטיקל וואס מאנט אבער גלייכצייטיג לאזט איבער א שמייכל אויפ'ן געזיכט.

אין א בליק איז דער הויכפונקט פון דעם יו"ט ווידעראמאל געווען די ארבעט אדער אייגנטליך די רייזע פון הרב גליק אין פארעם פון א שפיאניר אין דער שטאט "צפת", א הערליכער תוכנ'דיגער פראיעקט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין צואמענארבעט פון בארימטן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער, דער פאסיגער שותף פאר אזא אונטערנעמונג זייענדיג לכאורה דער מערסט פראליפישער שרייבער און פון די טאלאנטפולסטע שריפטשטעלער אין דער היינטיגער עפאכע מיט ענדלאזע בלעטער אין קינדליין, מאמענט און א בליק.

גליק איז פערזענליך אראפגעפארן און געוויילט אייניגע טאג אין צפת, וואו ער האט באזוכט זיינע אור-אלטע קווארטלען און נאסטלאגישע געסלעך, היסטארישע ערטער, שולן און קברי צדיקים. ליינענדיג די צענדליגער בלעטער אריגינעלע אבזערוואציעס שיינט עס ווי כמעט וואס צפת איז געשאפן געווארן פאר זיין נפש הפיוטית.

אויסער די אריגינעלע שילדערונגען, פליסט די קונסטליכע מליצה'לעך ווי "ב'צפת'א דשבתא", "מה רב טוב אשר צפת'ת לרעך" און פיל נאך. צומאל צעשפילט זיך זיין פאעטישע ביינדל ווי דער ליינער שפירט ממש זיין גארנדע נשמה טרייסלען. אז עס ווערט נאכט אין צפת ווערט נישט טונקל, נאר די שטאט פון שטיין ווערט פארוואנדלט אלס די שטאט פון גאלד, ווען די גאסן לעמפלעך טוען באגיסן די ווייסע שטיינער מיט גין-גאלד.

גליק ברענגט צום טיש א זעלטן מושלמ'דיגן פעדער וואס אנטהאלט אלעס אויסער קלישעי. גאר אפט וועט ער שליסן זיינע שורה'לעך מיט אייניגע שורות פאעזיע אדער גראמען וואס שיטן אן איבעריגן שיכט גלאנץ איבער זיינע יצירות. די קינסטליכע פינגער אפדרוקן וואס גליק האט איבערגעלאזט אין אזא קורצער צייט מאכט וואונדערן אין וועלכן הייל און נעבן וועלכן באקסער בוים איז דער טאלאנטפולער שרייבער געווען באהאלטן ביז יעצט? ס'איז צו אלעמענס פרייד ווי פרישע טאלאנט ווערט אנדעקט, און מער פון דעם אז זיי טרעפן פלאטפארמעס ווי זיך אויסצודרוקן און אויסאקערן באדנס פון שעפערישקייט און שרייבערישע קונסט.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר