בלאט 1 פון 1

די 1000'סטע ''דער בלאט''

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 7:45 pm
דורך חתם סופר
ווער ס'באמערקט, פאריגע וואך איז דער בלאט געוועהן #993, און אין זיבן וואכען ארום וועט זיין די 1000'סטע בלאט.

דער בלאט האט זיך געעפענט אנפאנג תש''ס און סוף יאר גייט ווערן צוואנציג יאהר.

אז מ'רעדט שוין דערמאנט עס מיך פון אנדערע אשכולות אז תש''ס איז געוועהן א וויכטיגע יאהר. ס'איז געוועהן אנפאנג פון סאטמארע פאליטיק, אנפאנג פון דער בלאט און אנפאנג פון די עירוב.

עניוועי, וואס זאל דער בלאט טוהן לכבוד די 1000'סטע אויסגאבע??

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 7:55 pm
דורך calculator
זייען זאלן זיך אויסדרייען צו די ברייט אזוי ווי דער איד, און אין די העדליינס זאל שטיין אין גרויס מזל טוב צו די 10.000'טע בלאט

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 7:58 pm
דורך חתם סופר
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 8:20 pm
דורך קאצקע ציקער
זיי זאלן מאכן זייער תורה אפטיילונג אזוי ווי דער יוד אין א געהעריגע מעגאזין פארמאט

Re: די 1000'סטע ''דער בלאט''

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 8:35 pm
דורך נעגעל וואסער
איך וואלט מציע געווען אז זיי זאלן ארויסגעבן א קובץ פון אלע זאפטיגע און בייסיגע ארטיקלן איבער די סאטמארער פאליטיק, למען יעמדו למשמרת ימים רבים. מיינע קינדער וועלן זיך באלעקן און נישט קענען גלייבן וואס א היימישע צייטונג האט אלס געקענט שרייבן.

נ. ב. נישט פארגעסן אריינצולייגן די פורים אפטיילונג פון די בראשית יארן. יישר כוח.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 8:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
שרייבן נאר טויזענט ספעלינג מיסטעיקס אנשטאט צען טויזענט.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: איך וואלט ענדערש אויסגערעכנט וואס זיי זאללן נישט טון. איך רעד שוין נישט פון גאנץ אין אנהייב ווען דער בלאט האט אנגעהויבן צו ערשיינען איז עס געווען אזוי ווי א קיהל ווינטל אין א הייסן תמוז'דיגן טאג. וויל נאכדעים וואס כלל ישראל איז געווען אויסגעמוטשעט פון דערליידן און טאלערירן די שטותים און שקרים (נאך מילד גערעדט) און שנאת ישראל וואס דער איד האט געפרעדיגט פאר יארן נאכאנאנד. איז געקומען א יונגער צייטונג און האט אויפגענומען שרייבערס אינטעליגענטע אינגעלייט תלמידי חכמים וועלכע האבן געהאט ברייטע ידיעות הן במילי דשמיא און הן במילי דעלמא. און זיי האבן נישט געפרעדיגט שנאת ישראל. (נישט אויסצומישן מיט שנאת מדינת ישראל). זיי האבן אייביג געברענגט באריכטן פון אידן איבער די גאנצע וועלט. ווייל ביים ..."איד"... איז נישט געווען אזא זאך ווי אידן. אויסער די ענגע קרייזן פונ'ם אייגענעם חצר. א יעדער אנדערער איז נישט געווען פאררעכנט אלס איד. איז געקומען דער יונגער בלאט (אויף וועלכן דער ברך משה האט מכלומרש'ט ארויסגעגעבן אן איסור.) און געברענגט באריכטן פון אידן איבער די וועלט...!

מיט די צייט. און אפשר אלס פחד וואס די קרייזן פונ'ם ..."איד"... וועללן זאגן. און ח"ו ארויפלייגן אויף זיי דעם סטמעפל פון ציונות, ל"ע רח"ל מהאי דעתא. האבן זיי אויפגענומען שרייבערס ווי הרב ש.ב. מרגליות (שמואל שלמה טעללער) וועלכער האט פרובירט נאכצומאכן דעם נוסח און סטייל פון הרב ישראל מ. סופר. (דעם אנדער'ן פאוני בעלאוני מנשה'לע פיליפ.). און זיי האבן אנגעהויבן צו שרייבן פארדרייטע און פאררוקטע ארטיקלען. און געשריבן מיט דעם סטייל וואס מ'רעדט צו א כיתה פון 5 יעריגע אינגעלעך...! אבער קיין אפענע שנאת ישראל, אזוי ווי זייער עלטערער קאזין דער איד, פרעדיגן זיי נאכנישט, ב"ה...!

אשר על כן. איז מיין פערזענליכע בקשה און וואונטש אז זיי זאללן ווייטער ממשיך זיין דעם דרך. און נישט נאכמאכן דעם..."איד"... זיי קענען נאר בעסער ווערן. און נישט ח"ו ערגער...!

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 29, 2019 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
הוספה: די אנדערע ..."מעלות"...פון דעם ..."איד"...אזוי ווי עם הארצות הן במילי דעלמא והן במילי דשמיא. און דעם חוזק וואס זיי זענען געווארן צוליעב די עם הארצות פון זייערע שרייבערס און עדיטארס, וועללן מיר דא נישט אויסרעכענען. ווייל דאס איז נישט דער שמועס איצט...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 11, 2019 5:37 pm
דורך מודה בטפל
IMG-20190711-WA0005.jpg

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:46 pm
דורך לבי ובשרי
כ'זע נישט וואס דער פייערונג איז.

אן עקלדיגע, לופטיגע, ווואסער-געמאלנע צייטונג. יעדע וואך עקסטער מיט פרישע שטותים ודברי הבל.