א מילשטיין פאר דער בלאט

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

א מילשטיין פאר דער בלאט

שליחה דורך קאווע קריטיק »

א מילשטיין פאר דער בלאט

דורך: קאווע קריטיק


צוואנציג יאר איז זיך שוין פארלאפן זינט יענעם גורל'דיגן ערב סוכות תש"ס ווען דער ערשטער נומער פון "דער בלאט" איז ערשינען. ס'איז געווען אין ברען פון דער דאן אויסגעבראכענער קריג אין סאטמאר ווי דער לאנגיעריגער אומאפהענגיגער ארגאן "דער איד" האט גענומען גאר אן אגרעסיווע און אפהענגיגע שטעלונג אין דער ברידער קריג. אין רעזולטאט איז דער בלאט געבוירן געווארן, און טאקע מיט'ן איינציגן ציל צו דינען אלס ווייטשטרעקיגע פארטיי-ארעם און א קאנטער-צייטונג פאר'ן צד שכנגד.

די מילשטיין דערגרייכונג פון טויזנט נומערן, האט דער בלאט אפגעצייכנט מיט א רייכער אינטערוויו, וואו צוויי וועטעראן שרייבער אונטער די פסעוודאנימען "אחים ב'" און "שמעון פרייליך" האבן זיך צונויפגעשמועסט איבער דאס און יענץ (אריינגערעכנט דער באדייט פון דעם ווארט 'מילשטיין'...) און זיך אויסגעפרעגט איינער דעם אנדערן איבער זייער צוויי צענדליגער יארן קאריער אלס שרייבער אין דער בלאט.

איראניש ווי דער פראיעקט איז גענצליך נישט געווען געפלאכטן פון דער צייטונג'ס געווענליכער סטאנדארט נאר האט פארגעשטעלט מיט זיך אלעס וואס די צייטונג איז נישט, און טאקע אין א פאזיטיוון וועג. טראץ וואס דער ברידערליכער שמועס צווישן די צוויי שרייבערס, די טאלאנטפולע אחים פילאפ, איז פארגעקומען פארשלייערט און בעילום שם (אחים ב' פארטיידיגט העפטיג פארוואס ער באנוצט זיך נישט מיט זיין אמת'ער אידענטיטעט טראץ וואס ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד), זענען די צוויי אינטערוויוס שטארק ארויסגעשטאנען מיט זייער אנדערשקייט פון דער געווענליכער ניווא פון ארטיקלען אין דער בלאט.

כמעט ווי דער ארטיקל זאל וועלן אונטערשטרייכן אז אין א מינוט פון אמת טוען אויך די צוויי שרייבערס רעספעקטירן אויטענטישקייט און א מענטשליכן טאטש צום געשריבענעם ווארט – עפעס וואס מ'זעט לעצטנס מער און מער אריינדרינגען אין חרדישער זשורנאליזם.

ס'איז געווען איבערראשנד צו זען צווישן די שאלות און מער אזוי אין די תשובות שורות און צווישן-שורות פון אפנקייט, אויפריכטיגקייט, אפילו יומיליטי און בושה פאר מענטשליכע שוואכקייטן און גרייזן און אן אנערקענונג צו דער באגרעניצטער האנט פון יעדן קרוץ מחומר.

ביידע שרייבערס שילדערן דברים כהווייתן וויאזוי זיי זענען אנגעקומען צו דער פאך און וויאזוי זייערע פעדערס האבן זיך אנטוויקלט. ווען שמעון פרייליך נעמט איבער דאס ווארט דערציילט ער ווי ער איז אנגעקומען אלס מיטארבעטער אין דער בלאט דורך א פערצופאל ווען זיין ערשטע ארבעט איז זאגאר געווען אלס רעדזשיסטער-מאן אין א גראסערי... זיין פערזענליכע ערפארונג זאלן דינען ווי א ווייטאגליכע אבזערוואציע ווי דער path אין אונזער געזעלשאפט פאר א מענטש צו טרעפן זיין טאלאנט און זיינע דעזעגנירטע פיר איילן אין באשעפער'ס וועלטל, איז זייער אסאך מאל פארנעפלט און זעלטן אויסגעטרויטן. ס'דארף א מענטש זיין באשערט פיל מזל אז ער זאל דערגרייכן דאס פלאץ וואו ער געהערט.

אין א פארקערטער געשיכטע שילדערט ער ווי דער היינטיגער באקאנטער נגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש האט געדינט אלס שרייבער אין דער בלאט אין די ערשטע יארן נאך דער חתונה, וואס קען דינען אלס א סוב–אילוסטראציע וואס פאר א מאגערער פרנסה דער שרייבערישער פאך איז אז גליקליך זענען די וואס באווייזן זיך צו באפרייען פון די שרייבערישע קייטן.

אחים ב' שילדערט מיט א געשמאק ווי ר' שמואל ווידער האט גוטהארציג איינגעשטעלט א פאליסי נישט צו דזשאלעווען קיין טיטלען, מיט זיין באקאנטן סלאגאן פון "גיב-אים".

ר' שמואל'ס מהלך האט געהאט ברייטע נאכפאלגן, פון איין זייט האט עס נאך מער אויסגעברייטערט די וויץ פון טיטלען און דער ענדלאזער קוריאז וויאזוי חסידישע הויפן ווערן געדעקט אין די היימישע בלעטער. פון דער אנדערער זייט האט עס צעבראכן דער מאנאפאל פון מאנכע וואס האבן זיך געהאלטן פאר אויסשליסליכע וועלטס-פאליציי און דיקטירט ווער עס מעג יא אדער נישט באקומען דעקונג, וואס אין רוב פעלער האט דאס געמיינט אז געניסן פון דער סאטמארער פראפאגאנדע מאשין קומט מיט דעם פרייז פון גיין אין שפאן.

אויף דער פראגע וואס האט בייגעשטייערט צו דער בלאט'ס פאפולערקייט אין די ערשטע יארן ענטפערט ער צווישן אנדערע אז "מען מוז זיין אויפריכטיג: דער סכסוך אינערהאלב סאטמאר."

גאר איבערראשנד איז צו זען דער מענטשליכער, נארמאלער און געזונטער צוגאנג אין דעם שמועס צו דער אינטערנעט. אנדערש ווי אלס דער מאנסטערישער בער אין וועלכן דער אינטערנעט "מוז" געווענליך אפגעמאלן ווערן אין די חרדישע בלעטער, פארהוילן זיי זיך נישט פון דעם טאג טעגליכן מציאות ווי דער אינטערנעט איז א געבענטשטע הילפס מיטל. דער ארטיקל שילדערט מיט באק ציינער וואס פאר אן עקסטרעם נוצבארע געצייג דער אינטערנעט איז פאר'ן שרייבער בפרט ווי פאר די מענטשהייט בכלל, און ווי זי טוט אומגעהויער פארבעסערן די קוואליטעט פון געשריבענע ווערק מיט צושטעלן ענדלאזע רעסורן און קוועלער פון קראנטע אינפארמאציע און אלעס צו די שפיצן פינגער.

אין א מינוט פון אפנהארציגקייט און פאראיבל אויף דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט שילדערט אחים ב' רויע עמאציעס, ווי ער באדויערט די פאליטישע העץ ארטיקלען וואס ער האט געמוזט צי געוואלט שרייבן אין ברען פון דער מחלוקת און דערמיט ביודעים ובלא יודעים צוגעגאסן אויל צום גרויסן שמעלץ טאפ פון מחלוקת.

"עס האט ליידער געפלאקערט א מחלוקה," הערט זיך דרייסטע ווערטער, "איך בין געווען יונגער, און היציג און צום באדויערן קען איך נישט היינט זאגן "אשרי ילדותנו שלא ביישה את זקנתנו". – געוואגטע און נישט אפט-געזאגטע-ווערטער אין א געזעלשאפט וועלכע שעצט נישט באדויער אדער ווירדן פון מודה ועוזב, נאר ליבערשט ווען א מענטש קאמופלאזשירט זיינע עוולות און פארטיידיגט זיינע אומרעכטן.

די געשיכטע קומט מיט א פרייליכער ענדע. עווענטועל האט אבער זיין געוויסנביסן געזיגט און געקומען איז א טאג וואס ער האט געמוזט זאגן פאר די רעדאקציע אז גענוג איז גענוג און מער שרייבט ער נישט אזעלכע ארטיקלען.

שמעון פרייליך לאזט זיך אריין אין אן באלערנדע שמועס איבער די דעליקאטע ארבעט פון שרייבן דברי הערכה וועכנטליך אויף אלו שהלכו לעלומם, מיט אן אינטערסאנט insight צו דער רינדעכיגער וועלט פון אבלים און אבלות וואס קומט און גייט און וואו יעדער האט זיין צייט.

*

דער בלאט פון דעמאלט איז נישט דער בלאט פון היינט. די קאלירן פון זיינע פליגלען טוען זיך כסדר בייטן. גענצליך נייע פארמען האט די צייטונג אנגענומען אונטער דער יעצטיגער פירערשאפט פון רעדאקטאר ר' משה יודא יואל ווייס וועלכער האט איבערגענומען רעדאקטארשאפט מיט דער פטירה פון ר' שמואל.

ווייס' פאזיטיווע פינגער אפדרוקן דערקענט זיך איבעראל, א ביישפיל איז די ווילדע מיליטאנטיזם און געלער זשורנאליזם מיט וועלכער דער בלאט איז אמאל ארויסגעשטאנען וואס איז מער ווייניגער פארגאנגען. אויך די ענדלאזע סופערלאטיוון, א שטייגער ווי "מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א", איז מינימיזירט געווארן צו א מילדערע "כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א" אין רוב פעלער.

פון דער אנדערער זייט טראגט "דער בלאט" א פלאכע ליניע מיט ווייניג פולס און סמא דחיותא. ס'איז שווער צו טרעפן עפעס ווערדיג צווישן זיינע בלעטער. אמאל האט עס געלעבט און היינט נישט. מאדנע ווי דער נאטירליכער רייץ פאר קאנקורענץ איז כמעט ווי קיין פאקטאר, ווי דער בלאט נעמט זיינע קליענטן און קונדן פאר גאראנטירט און זוכט נישט זיך צו צופאסן צום שטראם.

אנדערש ווי דער איד וואס שפרודלט מיט רייכע ארטיקלען און פרישע איניציאטיוון – אנגעהויבן פון א טויש אין פאפיר-סארט מיט אייניגע יאר צוריק ביז א לעצטיגע פולקאמע ריברענדינג מיט קאלירטע גלאנציגע פאפיר פאר א באדייטנדע טייל פון דער צייטונג – איז דער בלאט פארבליבן אונטערשטעליג און מאנאטאן.

דער בלאט לויפט אויך אונטערשטעליג פון "די צייטונג" וואס פארמאגט זיך זיין אייגנארטיגע כאראקטער אנגעהויבן פון אלבערטס אריגינעלע פאליטישע רעפארטאזשן ביז דער קאלירפולער "אידישער צייט" וואס איז באשאנקען מיט פעסט קלעבעדיגע הענט און פילט זיך אן וועכנטליך די טאשן מיט געלונגענע איבערזעצונגען פון עברית און ענגליש אז עס קומט אים ערליך דער קרוין פון פלאגיאריזם אין אונזער תקופה. פלאגיאריזם איז אן עוולה פאר זיך, אבער ווייסט ער כאטש וואס פון וואו צו פלינדערן און לעבט אויף זיין צייטונג כאטש מיט אומרעכט אין דער צייט וואס דער בלאט פארבלייבט לעבנסלאז.

עס איז גענוג דורכצובלעטערן "דער אוצר" טאקע פון דער סאמע זעלבער וואך וואס צייכנט אפ דער טויזנט מילשטיין זיך צו איבערצייגן ווי אן אפטיילונג וואס דארף דינען אלס ערזאץ פאר די "תורה אפטיילונג" פון דער איד איז אזוי ליידיג און מאגער.

אויסער דער ספעציעלער אינטערוויו צווישן די צוויי שרייבער -– אן אויסנאמליכער ארטיקל צו אן אויסנאמליכער געלעגנהייט -- איז פארהאן א הערכה ארטיקל אויף א נפטר, הרב קארנקרייך זצ"ל, וואס פארנעמט ארט ווי א הויפט געשיכטע – א שפיצל וואס דער בלאט טוט וואך איין וואך אויס ווי כאילו הערכות אויף נפטרים קענען ערזעצן די ארבעט פון צושטעלן ווערטפולע ארטיקלען.

נאך א הויפט ארטיקל אין דער ארעמער אוצר איז אן אויפזעצונג פון א דרשה וואס אדמו"ר דקהל חסידי ירושלים האט געגעבן ביי א סיום אויף ויואל משה... אויפגעטייפטע דרשות איז קיין ליטעראטור אין קיין שום פאל און ערזעצט נישט דאס ארט פון א רעכטן ארטיקל.

אנדערע ארטיקלען באשטייען פון א קאלום פון ריבניצער כמו-תהלים-כולל מופתימ'לעך צוגעשטעלט דורך אן ארגאניזאציע אויפ'ן צדיק'ס נאמען; א היסטאריע ארטיקל און דער קרית מלך רב סעריע פון הרב ש.ש.ט. און נאך אייניגע וועכנטליכע רובריקן ווי 'יארצייט פון דער וואך' און 'ביי מיר האט דאס פאסירט'.

א פראמינענט ארט נעמט אויף אן ארטיקל איבער קאצק פון יוסף לייב יאקאב וואס איז פארמישט אין א ביטערער פלאגיאריזם סקאנדאל מיט א פארענטפערונגס בריוו וואס פרובירט לינדערן די שמערצן אין פענע צום בלאט.

אלע ארטיקלען אינאיינעם שאפן א מאגערע חתיכה שלא ראוי להתכבד מיט ווייניג שעפערישקייט און אינהאלט, זיכער נישט ארויסשטיין אין דער אלץ-וואקסנדער קיאסק פון היימישע שרייב-ווערק.

*

די סאטמארער מחלוקה איז שוין מער ווייניגער איינגעשטילט, דאך שפילט נאך דער בלאט א וויכטיגע ראלע, נישט בלויז אלס פארטיי שופר נאר אויך אלס א וואקאל וואס טוט עטוואס באלאנסירן די שטייגנדע ווינטן פון סיקריקיזם. מיט אייניגע יארן צוריק האט מען עס געזען ווען דער בלאט האט זיך אנגענומען פאר ר' שמעון ראלניצקי ביי דער מערכה קעגן דער שטערן. נאך וואס ר' שמעון איז געווען א פריע בלאט שרייבער האט דער בלאט געטון די גוטע טאט פון נישט פארראטן אן אייגענעם און נישט געלאזט א זעלנער פאלן.

אויך לעצטנס האט זיך אנגעזען דער שיינער זיט, ווען דער בלאט האט געגעבן פאזיטיווע דעקונג פאר די "שירים ושיעורים" פארזאמלונג פארלאפענעם חול המועד פסח, וואו זייערס א קאלעגע, ר' משה אהרן פילאפ, האט געדינט אלס יושב ראש אינערהאלב דעם פראגראם, און ווידעראמאל וועט דער בלאט זיך האלטן צו עלעמענטארע מענטשליכע פרינציפן און נישט איבערלאזן א געפאלענעם סאלדאט אויפ'ן פראנט.

*

ווי מיט'ן אנקום פון דער רענאסאנס ווי דער מעלער און פידלער זענען פארוואנדלט געווארן פון בלוי-קאלנער ארבייטארערס צו קינסטלער, אזוי האפט זיך אז דער חרדישער שריפט לעבט אצינד מיט ערשטע טוי-טראפנס פון א רענאסאנס, ווען די פענע הויבט אן רעספעקטירט ווערן אלס קונסט און זיין אייגנטימער אלס קינסטלער.

מיט'ן שענקען שעצונג פאר דעם געשריבענעם ווארט קען מען ארויסקוקן פאר פאזיטיווע נאך-כוואליעס, ווי דער שרייבער גופא זאל נעמען ערנסט זיך אליין און זיינע ווערק און אז ליינער זאלן פארלאנגען א ליטערארישע ניווא און שענקען וואג פאר שריפטליכע ווערק. שטופן אהין דעם וואגן איז זיכער א גינסטיגער טויש און א מילדער טריט צו דער גוטער ריכטונג.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר