בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצעס

הודעהדורך העניך » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 10:11 am


בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצעס


פון: העניך

די וואך האט די רעדאקציע פון "דער בּלאַט" געווידמעט איר עדיטאריעל צו וויינען און קרעכצן אויף דער ראלע פון סאשעל מידיא די וואך צו פארשפרייטן די קאנספיראציע טעאריע אז א געוויסער נגיד איז געשטאנען הינטער די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי וויבאלד ער האט זיך געוואלט נוקם זיין אין זיין איידעם.

עס איז נישט קיין ספק אז מ'דארף זיין געווארנט נישט צו פארשפרייטן פאלשע קלאנגען, בפרט ווען עס איז נעגאטיוו אויף א פריוואטן מענטש. אבער ווען דער בלאט קרעכצט און ברעטשעט אזוי אויף די 'פעיק ניוז' פון סאשעל מידיא, ברענגט עס אונז צו טראכטן: ווער האט געשאפן דעם חלל וואס די היימישע סאשעל מידיא ערפילט?

דער אויפגאנג פון היימישער סאשעל מידיא, אנגעפאנגען ביי היידפארק, נאכדעם קאווע שטיבל, און שפעטער וואטסעפפ און טעלעגראם, איז געשען ווייל מיר פארמאגן נישט קיין פרעסע וועמען מיר זאלן קענען טראסטן מיט'ן באריכטן נייעס כמו שהוא. אז עס איז דא א באריכט אין דער בלאט איבער פרעזידענט טראמפ, קען מען דעבאטירן צי ס'איז אביסל געבויגן רעכטס אדער לינקס. אבער אויב איז דא אן ארטיקל וואס דערמאנט דעם נאמען פון א היימישן איד, לטב או למוטב, איז נישט קיין ספק אז יעדעס ווארט איז דורכגעפוילט מיט שקר און צביעות לויט ווי די אגענדע פארלאנג אין יענעם מינוט.

עס איז נישט דא קיין שום עוולה וואס א חרדישער איד זאל טון, וואס מיר זאלן קענען ערווארטן אז אונזער היימישע פרעסע זאל עס באריכטן – חוץ אויב ס'איז דער בלאט און יענעמ'ס עוולה איז געווען קעגן זייער רבי'ן, אדער אויב ס'איז דער איד און ס'איז געווען אן עוולה קעגן זייער פארטיי. דער זכות פונעם ציבור צו וויסן אז צווישן אונז דרייט זיך א איד מיט שמונה בגדים וואס בארויבט אנדערע אידן, עקזיסטירט נישט אין אונזער פרעסע. אונזער זכות צו וויסן אז עס איז פאראן א היימישער טעראפיסט וואס שעכט אידישע נשמות דורך מאלעסטעישאן עקזיסטירט נישט אין דער בלאט. פארקערט, אויב א היימישער איד ווערט באשולדיגט אין מאלעסטירן, קענען מיר ערווארטן אז די גאנצע היימישע פרעסע וועט זיין מאביליזירט אים צו פארטיידיגן. דער בלאט וועט באשיצן יעדן היימישן מאלעסטער, מערדער, קרימינאל, ווילאנג ער רירט נישט צו דעם קרוין פון זייער רבי'ן. דער זעלבער שווינדלער וועמען דער בלאט פארטיידיגט און באשיינט יעדע וואך, אויב זאל ער זאגן א קרום ווארט קעגן ר' אהרן, וועט פלוצים ווערן הותרה דמו – עפעס וואס איז נישט געווען מותר ווילאנג ער האט "נאר" בארויבט און בא'גזל'ט אדער מאלעסטירט אנדערע אידן.

מיר זענען נישט א געזונטע געזעלשאפט אז מיר זאלן קענען ערווארטן אז אויב זאל נתברר ווערן אז א מארד איז געווען יד ישראל באמצע וועט עס געהעריג ווערן באריכטעט און אויסגעשמועסט. מיר פארמאגן נישט א היימישע פרעסע אויף וועמען מיר זאלן זיך קענען פארלאזן אז זי וועט אונז האלטן אינפארמירט ווען און אויב עס געשעט אזא שרעקליכער אומגליק אז א איד איז שולח יד בחבירו. פונקט פארקערט, מיר קענען ערווארטן אז אזא געשיכטע זאל איגנארירט ווערן און פארווישט ווערן, און יעדע סארט קרומע און קאנספיראטארישע טעאריע וועט געפיטערט ווערן, אלץ אז דער היימישער מערדער/מאלעסטאר/שווינדלער זאל ארויסגיין מיט א שענערן פנים.

די שאלה צי דער גביר פון וויליאמסבורג איז געשטאנען הינטער דעם מארד-פרואוו איז אינעם יעצטיגן מאמענט א שוואכע וויבאלד די נישט-אידישע פרעסע האט עס נישט באשטעטיגט. דאס אז דער בלאט לייקנט עס, מיינט אבסאלוטלי זערא. דער בלאט וואלט געשריבן דאס זעלבע אפילו ווען דער גביר וואלט יענעם דערמארדעט כמכחול בשפופרת. דערווייל איז עס פעיק ניוז ווייל די טעלעוויזיע האט עס נישט באשטעטיגט, נישט ווייל דער בלאט גלייכט עס נישט.

אין יעדער חברה מתוקנת איז דא אן ערווארטונג אז די פרעסע טראגט דעם אחריות פונעם ציבור, און וועט נישט באגראבן וויכטיגע אינפארמאציע וואס איז רעלאווענט פאר דער געזעלשאפט וואס זי רעפרעזענטירט – צב"ש, אז פלוני אלמוני איז א שווינדלער אדער א מערדער אדער א מאלעסטאר. אבער מיר קענען דאס נישט ערווארטן פון דער "צייטשריפט פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום".

אלזא, ווען אידן ווילן וויסן אביסל אמת'ע נייעס, אז מ'וויל קענען אויסשמועסן זאכן און פאקטן אין אונזער געזעלשאפט – פראגעס און דעבאטעס וועלכע ווערן אויסגעשמועסט אין דעבאטירט אין יעדער פרעסע אין דער וועלט – בלייבט אונז נאר איבער סאשעל מידיא. אין א נארמאלער געזעלשאפט דארף א בעסערער און איידעלער מענטש נישט מיטהאלטן די שמועות אויף סאשעל מידיא – ער קען דאס איבערלאזן פאר קטנים און היץ-קעפ. ער פאר זיך באקומט שוין מער-ווייניגער די נייעס וואס ער דארף פון דער לאקאלער און נאציאנאלער מידיא. ביי אונז, ווידעראום, אויב ביסטו נישט אויף סאשעל מידיא, ביסטו א כסיל בחושך הולך. דו וועסט נישט וויסן די א' ב' איבער געשעענישן וואס קומען פאר במחנינו; דו וועסט זיין גענצליך בלינד פון יעדער סארט נייעס וואס גייט נישט דורך דעם אגרעסיוון און ראדיקאלן צענזור און פארקרומונג-פראצעדור פון אונזער פרעסע.

אין א נארמאלן, אחריות'דיגן בּלאַט וואלטן מיר געדארפט קענען ערווארטן א העדליין, אויב עס זאל זיין באשטעטיגט: "וויליאמסבורגער איד ליידער אנגעקלאגט מיט מארד-פרואוו אין מאנסי" – אלס א אידישער צייטונג וואלט איך זיי מוחל געווען פאר'ן אריינווארפן א "ליידער" אינעם העדליין. אבער ווילאנג מיר קענען דאס נישט ערווארטן, זאלט איר אונז מוחל זיין, ר' בּלאַט, און מיר וועלן מוזן ווייטער לייענען און שרייבן אויף סאשעל מידיא – טראץ אירע חסרונות.

און דאס פארגאסן בלוט פון קרבנות פון פעיק ניוז? די וואס פארשפרייטן דאס זענען עתיד ליתן את הדין. אבער לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. און איר, "דער בּלאַט", זענט די חורא.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

הודעהדורך הדסים » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 10:34 am

אפשר איז שוין טאקע צייט אז עס זאל זיין א פאראנטווארטליכער נייעס קוואל? איך שלאג פאר אז אונז זאלן אנהויבן א וועכענטליכער בלאט (אימעיל וואטעווער), וואס זאל באריכטן נייעס %100 כמות שהוא, און פארשטייט זיך נאר קראנטע זאכן.

ווער איז אין?
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 12:11 pm

העניך: ייש"כ פאר בארירן און באריכטן איבער אזא וויכטיגע נושא. דער בלאט (און דער איד איז די זעלבע) האט זיך אין די לעצטע פאר יאר דערקייקלט (א ווארט וואס די אלטע, אריגינאלע, ירושלימ'ער אידישע ליכט האט א סאך גענוצט) צו א ניווא אן קיין שום ערנסטן תוכן פון פארלעסליכע נייעס באריכטן און ווערטפולע ארטיקלען. אויסער די היימישע , בויך-פאטשענדע פראפאגאנדע און די נארישע עדיטאריעלס און אפ-עד ארטיקלען פון שמואל שלמה טעללער וועלכע דארפן מכלומר'שט דערפולן דעם תפקיד פון רעדן און שרייבן בגנות הציונים...!

דער ..."אין-האוז"... היסטאריקער און בעל יועץ למלכות. ער איז אייביג שטארק ביזי די לעצטע פאר יאר מיט אויפווייזן אין זיינע אפ עד ארטיקלען וואספארא ..."טיפש"...בנימן נתניהו איז. מילא אז ער ווילל אויפווייזן --כאילו ס'איז דא עפעס א חידוש ביי דעם-- וואספארא אפיקורס ער איז, ניחא. שוין לאמיר זאגן. דאס איז דאך זיין תפקיד. אבער ער ארבעט שווער אונז אויפצו ווייזן וואספארא טיפש ביבי איז. און לעומת זה, וואספארא פיינער מענטש דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא איז. אויך. זעהט ער אן אתחלתא דגאולה אין דעם פאקט אז די איזראעלי פארטיי פיהרער האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן איבער שאפן א רעגירונג. און ממילא איז דאס אן אנהייב פון מקויים ווערן דעם רעבין'ס נבואה אז מדינת ישראל וועט בטל ווערן...אויך. ביז ער קומט ארויס מיט זיין הויפט פונקט (וואך נאך וואך), פיהרט ער ארום די ליינערס ווי 5 יעריגע קינדער. צוזאמווארפנדיג אלעס פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה און מדרשים. ביז ויואל משה און אנדערע ספרים. אלעס ארויסצוקומען צו זיינע נארישע און לעכערליכע מסקנות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8417 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 29, 2019 2:58 pm

איך האב געשריבן נאך א חלק פון מיין תגובה איבער דעם ענין פון מאכן א קאווער-אפ אויף מיסברויכן און אפילו קרימינאלע אקטן וואו ס'איז יד ישראל באמצע. נאר ס'האטציך .."די-ליעטעד"... גם זו לטובה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8417 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 7:59 pm

גראדע איז דא דער בלאט גערעכט, ווייל עס איז הונדערט פראצענט קראנטע נייעס אז דער עולם האט געשמועסט אז א גביר האט געדינגען וכו'.

גראדע האט עס מיט סאשעל מידיא גארנישט, דער פרומע ראבינאוויטש עולם אין מאנסי, האט געווירבלט מיט דער נייעס אין מקוה אין דער פיזיקאלע קאווע שטיבלעך.

וכמובן סאשעל מידיא פארשפרייט נאר וואס מענטשן רעדן.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1101 מאל

הודעהדורך העניך » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 9:15 pm

אישתישבי האט געשריבן:גראדע איז דא דער בלאט גערעכט, ווייל עס איז הונדערט פראצענט קראנטע נייעס אז דער עולם האט געשמועסט אז א גביר האט געדינגען וכו'.


לייען איבער מיין ארטיקל. כ'האב קלאר פארדאמט דאס פארשפרייטן שעדליכע רומארס אויף פריוואטע מענטשן. מיין ארטיקל רעדט פון אן אנדערער נושא, והיא: ווער עס האט געשאפן דעם חלל פאר'ן היימישן סאשעל מידיא. דער תירוץ: די היימישע צענזורירטע און פארקרומטע פרעסע, אריינגערעכנט דער בלאט.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

Re: בּלאַט, די פעיק ניוז סאָשעל מידיא איז אויף אייערע פּלייצ

הודעהדורך אונטער חכם » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 10:11 pm

איך מיין אז דא איז דא נאך א טיפערע פראבלעם, א חלק פון די סיבה פארוואס דער עולם קויפט די קאנספיראציעס איז ווייל מען גלייבט אז אויב איז באמת יד ישראל באמצע , וועט ער האבן היימישע עסקנים וואס וועלן ארבעטן אים צו העלפן און צו באגראבן די מעשה, אזוי ווי מען זעט עס זענען דא אזעלכע וואס גלייבן נאך אזעלכע זאכן אויף די שטארק פרשה.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 325 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 10:27 pm

איז געווען איין היימישע אויסגאבע וואס האט באריכטעט די נייעס וועגן דעם היימישן באנק רויבער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:52 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1789
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 11:51 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז געווען איין היימישע אויסגאבע וואס האט באריכטעט די נייס וועגן דעם היימישן באנק רויבער?

מיר אידן האבן (ליידער) א תורה וואס זאגט לא תעמוד על דם ריעך. טרונקן בלוט איז טאקע מותר היינט פאר יעדעם, אבער דאנק גאט אויף דאס ביסל וואס איז נאכנישט אויסגעטרונקן.
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 3:05 am

@ראובן, א געשמאקע ארטיקל as usual.

איך האב מיך געראכטן אז די וועסטיך באציען צו אן אנדערע פונקט, נעמליך אז די בלאט האט שוין אין די פארגאנגענהייט פארשפרייט מערערע פעיק נוז און באשמוצט יחידים און רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן. איך האב נאכנישט געזעהן אן עמטליכע אנטשולדיגונג פון די רעדאקציע ווי זיי זענען זיך מתחרט על העבר אבער ווען ס'קומט צו פארדאמען אנדערע זענען זיי פליצים דא.

דיסקלעימער: ביטע נישט אריינמישן דער איד/בלאט געפעכט, ווער ס'איז ערגער אין דעם הינזיכט. בסה"כ נאכ'ן ליינען די פארדאמונג אינעם בלאט שרייט זיך ארויס טול קורה מבין עיניך.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2556
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2667 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 3:10 am

שמעון וואלף האט געשריבן:@ראובן, א געשמאקע ארטיקל as usual.

דאס איז העניך, נישט ראובן.

הגם איך קען זען פון @ראובן אן ארטיקל אויף די טעמע, ער וואלט אבער זיכער ארויסגעברענגט א בעסערע נקודה, ווי דו שרייבסט.
מפיל קינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 3:48 am

דאכציך מיר דו העניך האסט שוין געשריבן אן ארטיקל אויף דעם זעלבען טעמע
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 12:02 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז געווען איין היימישע אויסגאבע וואס האט באריכטעט די נייס וועגן דעם היימישן באנק רויבער?

מיר אידן האבן (ליידער) א תורה וואס זאגט לא תעמוד על דם ריעך. טרונקן בלוט איז טאקע מותר היינט פאר יעדעם, אבער דאנק גאט אויף דאס ביסל וואס איז נאכנישט אויסגעטרונקן.

גראדעמעכעלע: נישט לפי ידיעתנו. און זיי האבן ריכטיג געטון. ווייל אין דעם פאל איז עס איבער א מענטש וואס איז נישט געזונט, ל"ע. און אונז זעמיר סוכ"ס נישט אויף דעם זעלבן סטענדערד ווי דער נ.י. פאוסט ודומיהם. די גאנצע טענה וואס דער עולם האט צו אונזער היימישע מידיא איז אז ווען ס'געשעהט א בייזוויליגער אקט וואס האט צו טון מיט נקמה אדער אנדערע פריוואטע חשבונות. און א מענטש ווערט געשעדיגט. זאלל מען נישט מאכן א קאווער אפ און פארהוילן דעם משלח. אפילו ער איז א בעל השפעה. אזוי ווי א גביר אדער אן אנדער שיינער איד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13210
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8417 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:18 pm

גראדע איז דער גביר א אויסגעשפראכענער קעגענער פון מהר"א, ער טיילט אוועק שווערע מיליאנען פאר מהרז"ל און אנדערע, אבער קיין פעני נישט פאר מהר"א, סא זיי האבן נישט געהאט קיין חשבון אים צו שיצן
אויף די עצם נקודה קען מען אויך דן זיין אבער איך הייב נישט דא
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1006
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2354 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:32 pm

וואס איז בנוגע דער טעמע, איז דער בלאט גערעכט אז היימישע סאשעל מידיא פארשפרייט שקרים אויף יחידים?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1101 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 8:55 pm

אישתישבי האט געשריבן:וואס איז בנוגע דער טעמע, איז דער בלאט גערעכט אז היימישע סאשעל מידיא פארשפרייט שקרים אויף יחידים?


ווי העניך דערמאנט שוין, סאציאלע מידיא איז פשוט מקוה נייעס, בין גברא לגברא גאסיפ און קאווע פלוידערייען דיגיטייזט. די פענאמענאן פון שעירן און לייקן נייעס און אנאליזן וועכענטליך ביים שבת טיש מיט די קינדער כשתלי זיתים סביב לשלחן איז אזוי אלט ווי די לאקשן קוגל אליין. אויב פתי יאמין לכל דבר אין מקוה איז פתי יאמין לכל דבר אויף וואטצעפ. אז מ'קען נישט מחלק זיין בר פון תבן, צווישן אומבאזירטע רומאר און שפעקולאציע און פראפאגאנדא אויף קול מבשר חזר'ט זיך די זעלבע איבער אויף וואטסעפ. אין בין היימישע מידיא לוואטסעפ אלא אינסטיטושענעל קאנטראל בלבד. די פאניק אז די אטאקע איז געווען רענדאם און מאטיווירט ביי האס איז אויך דערווייל געבויט אויף שפעקולאציע (כאטש ס'איז די בעסטע שפעקולאציע דערווייל און קען זייער מעגליך זיך ארויסשטעלן אלס די ביטערע מציאות. פארט איז עס יעצט בלויז א guess) און קיינער האט נישט געווידמעט אן ארטיקל איבער די וויכטיקייט פון נישט פארשפרייטן שפעקולאציע אלס פאקט. פארוואס? ווארשיינליך ווייל שפעקולאציע און פעיק ניוז איז נישט וואס עגבערט דעם שרייבער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2506
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3847 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:13 pm

זייער א ריכטיגע נקודה, ר' @יואליש.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 9:17 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:@ראובן, א געשמאקע ארטיקל as usual.

דאס איז העניך, נישט ראובן.

הגם איך קען זען פון @ראובן אן ארטיקל אויף די טעמע, ער וואלט אבער זיכער ארויסגעברענגט א בעסערע נקודה, ווי דו שרייבסט.


What a mistake!
קוק וויפול אזייגער מיין תגובה איז געשריבן געווארן , אין די שעות שווינדעלט די קאפ אביסול
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2556
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2667 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 12:40 pm

זייער ריכטיג געזאגט ר' העניך.

כ'וויל צולייגען א נקודה. אפילו ביי די יעצטיגע פרשה אליין , די רגע וואס מ'האט אנגעהויבען זעהן אז ס'איז מסתמא נישט אנטיסעמיטיזעם האט די גאנצע היימישע פרעס געווארן שטיל ווי א פיש. פארוואס פארפירען נישט די היימישע צייטונגען אז ס'איז שוין דורך צוויי וואכן און מ'האט נאך קיינעם נישט געכאפט??! פארוואס האט מען אינגאנצען אויפגעהערט רעדן וועגען די מעשה??!! דאס אליין איז די גרעסטע ראיה אז עפעס איז פישי דא.

טראכט איך יעצט א טייטש , אז אויב מ'איז שטיל ווי א פיש ווייזט עס אז עפעס איז פישי.

פארוואס האט נישט די בלאט 5 ארטיקלען וועגן די מעשה. האט מען געטראפען די קאר?? איז טאקע די קאר פארברענט געווארען?? איז אמת אז געוויסע זענען ארומגעגאנגען דעליטען ווידיאו'ס פון הייזער?? ווי איז דער בלאט און דער איד און די צייטונג און קול מבשר צו ברענגען א קלארקייט דא ???!! וואס איז פשט אז פון איין רגע צו די צווייטע גייט אלעס שטיל , און מ'האט נאך טענות אז אונז זענען נישט שטיל צוזאמען מיט זיי?? ניין!! אונז וועלן נישט זיין שטיל!! מ'וועט ווייטער שרייען און פארפירן אויף סאשעל מידיא צו ברענגען גערעכטיגקייט אויף די כמעט מארד אין מאנסי , און אויב די היימישע פרעסע וועט נישט טוהן זייער זשאב צו צושטעלן אינפארמעישן און קלארקייט וועלן אומשולדיגע מענטשען ווייטער ליידן פון פאלטשע ראמער'ס .
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 924
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1517 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 2:14 pm

הייסט אז העניך ערווארט אז נניח אז די קלאנגן זענען וואָר זאלן דער בלאט/איד עס פאבליצירן אויף די פאדערשטע זייט, איא?

אקעי
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך הדסים » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 5:58 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:הייסט אז העניך ערווארט אז נניח אז די קלאנגן זענען וואָר זאלן דער בלאט/איד עס פאבליצירן אויף די פאדערשטע זייט, איא?

אקעי

און די ערווארטסט אז אויב גייט ארום א היימישער רוצח זאל די היימישע מידיע בלייבן שטיל? דאס איז טאקע די סיבה אז ביי יעדע מעשה קען אזוי גרינג ווערן אלע סארט קלאנגען פארשפרייט, ווייל די מידיע וואלט עס נישט פארציילט ווען עס וואלט געווען אמת.

איך וואלט נישט ערווארטעט אז זיי זאלן פארשפרייטן יעדע נארישע שמועה, אבער ווען א זאך איז קראנט אוודאי יא.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 9:05 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:הייסט אז העניך ערווארט אז נניח אז די קלאנגן זענען וואָר זאלן דער בלאט/איד עס פאבליצירן אויף די פאדערשטע זייט, איא?

אקעי

צי איך וואלט עס ערווארטעט אין אן ארנטליכער געזעלשאפט? אוודאי יא. צי כ'ערווארט עס פון די היימישע צייטונגען? קענסט זיין זיכער אז כ'ווארט נישט מיט קיין איינגעהאלטענעם אטעם. אבער די סיבה איז ווייל כ'ווייס זייער גוט וויאזוי אונזער פרעסע קוקט ליידער אויס. און דער פאקט אז ס'איז אזוי איז די סיבה פארוואס מיר דארפן צוקומען צו סאשעל מידיא צו וויסן די פשוט'ע נייעס וואס טוט זיך ביי אונז. דער בלאט האט נישט וואס צו וויינען אויף סאשעל מידיא ווען זיי זענען די וואס מאכן סאשעל מידיא נישט נאר רעלעוואנט, נאר וויכטיג.

אגב, ס'איז אינטערעסאנט ווי "די צייטונג" האט פאריגע וואך פראמינענט געדעקט אז א חסידישער איד, ר' יאנקל ליצמאן, וועט מעגליך ווערן קרימינאל אנגעקלאגט. אים באשמוצן ווייל ער איז אין דער ציוניסטישער רעגירונג איז אקעי, אבער אויב זאל דער זעלבער ליצמאן ווערן אנגעקלאגט ווייל ער איז א מאלעסטאר, רויבער, אדער רוצח, וואלטן אונזערע צייטונגען נישט געטארט רעדן דערפון. הלמאי, ס'איז דאך לאשען הארע!
בייגעלייגטע פיילס
dt.JPG
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 9:56 pm

ביי די גויים להבדיל ווי סאיז יא דא א נארמאלע פרעסע איז די פעיק ניוס עפעס בעסער? כמיין אז סאיז א מכת המדינה וואס קומט פון די סאושעל מידיע ימ"ש
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1715 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 9:53 pm

גדליה האט געשריבן:ביי די גויים להבדיל ווי סאיז יא דא א נארמאלע פרעסע איז די פעיק ניוס עפעס בעסער? כמיין אז סאיז א מכת המדינה וואס קומט פון די סאושעל מידיע ימ"ש


העניך האט געשריבן:אין א נארמאלער געזעלשאפט דארף א בעסערער און איידעלער מענטש נישט מיטהאלטן די שמועות אויף סאשעל מידיא – ער קען דאס איבערלאזן פאר קטנים און היץ-קעפ. ער פאר זיך באקומט שוין מער-ווייניגער די נייעס וואס ער דארף פון דער לאקאלער און נאציאנאלער מידיא. ביי אונז, ווידעראום, אויב ביסטו נישט אויף סאשעל מידיא, ביסטו א כסיל בחושך הולך. דו וועסט נישט וויסן די א' ב' איבער געשעענישן וואס קומען פאר במחנינו; דו וועסט זיין גענצליך בלינד פון יעדער סארט נייעס וואס גייט נישט דורך דעם אגרעסיוון און ראדיקאלן צענזור און פארקרומונג-פראצעדור פון אונזער פרעסע.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:29 pm

דאס איז אונזער פעיק-ניוז מידיא. נעכטן האט דער דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן אין ניו יארק ארויסגעגעבן א ציפּעדיגע באריכט וואס באשטעטיגט אז 26 פון די 28 חסידישע מוסדות וואס זיי האבן באזוכט שטעלן ליידער נישט צו קיין נארמאלן עדיוקעישאן.

אזוי ווערט דאס באריכטעט היינט אינעם טעגליכן "דער איד":
Screenshot_20191220-073426.jpg

איז דא נאך אזא זאך ביי סיי וועלכער אומה ולשון, אז מ'שעמט זיך נישט צו זאגן פרעכע ליגנט פאר די אייגענע מענטשן?!

און נאכדעם ברעטשען זיי אז מ'באנוצט זיך מיט סאשעל מידיא.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2267 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron