קינדערליך'ס קאסמאלאגיע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

קינדערליך'ס קאסמאלאגיע

הודעהדורך ראובן » דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:23 pm

ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו זען א נומער פון דער קינדער-אויסגאבע "קינדערליך" און כ'האב געשטוינט אויף דעם חילוק אין קוואליטעט צווישן קינדערליך און "קינדליין". כאטש איך האב שוין געהאט א סך טענות אויף קינדליין בעבר, און כ'האלט נאך אלץ אז ס'קען זיין פיל בעסער, איז קלאר אז קינדליין פרובירט צו סערווירן א פראדוקטן פון גוטן קוואליטעט, און שוינט נישט קיין געלט און מי דאס אהערצושטעלן.

קינדערליך, פון דער אנדערער זייט, איז לכתחילה געבויט אויף דעם זעלבן מאדעל ווי די אנדערע אויסגאבעס פון דער זעלבער פירמע, "דער בליץ" און "טריביון", וואס זוכט אנצופילן ווי מער בלעטער פאר ווי ווייניגער געלט און יגיעה. ביליגע, לופטיגע, גרייזיגע ארטיקלען, שוואכער קוואליטעט אילוסטראציעס און גראפיק, און בכלל א שלעכטן לייענען-ערפארונג.

אין דעם נומער וואס איך האב געהאט דעם שלעכטן מזל צו לייענען, האב איך געזען א קאלום "מוישי ענטפערט", וואס דארף צו ענטפערן וויסנשאפטליכע פראגעס וואס לייענער שיקן אריין. מיינע פריינט, גלייבט מיר אז אין לויף פון מיין קאריערע האב איך שוין געזען אסאאאך נארישקייטן אין דער היימישער פרעסע, אבער וואס האט מיך אפגעווארט אין "מוישי'ס" ענטפער האט מיך אויך איבערראשט.

אבער צו וואס זאל איך עס כאראקטעריזירן פאר אייך. נאט אייך, און לייענט אליין די נייע קאסמאלאגישע טעאריעס פון "קינדערליך".
בייגעלייגטע פיילס
A1.JPG
A2.JPG
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2565
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10132 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:26 pm

שטערן זענען רינדעכיג? נישט פינף-עקעדיג? :? :P
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2871
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6621 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:32 pm

... מיט דעם קען מען אויספירן פשט אין די וואכעדיגע סדרה: הודו על ארץ ושמים, אז מ'זעט די געוואלדיגע חכמה אין די בריאה, וירם קרן לעמו, טוט זיך דער עולם אן הערנער.

גראדע מוז מען אים געבן קרעדיט פאר'ן וויסן אז יעדע (גרויסע) זאך האט גראוויטי. דאכציך אז דעם פאקט האט מען זיך נישט געפירט צו וויסן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3680
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7388 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 7:24 pm

שוין לאנג נישט געהאט אזעלכע געמישטע געפילן, געלעכטער און געוויין.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:11 pm

וועלכע חלק איז נישט אמת?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2377
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1260 מאל

הודעהדורך real fake news » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:46 pm

אישתישבי האט געשריבן:וועלכע חלק איז נישט אמת?

אז סשטייט "מוישי ענטפערט", סהייבט זיך נישט אהן ער הייסט אפילו נישט מוישי
I know, I know. We are Your chosen people. But, once in a while, can't You choose someone else? - Reb Tevye
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 4:00 pm

אישתישבי האט געשריבן:וועלכע חלק איז נישט אמת?

איך האב נאר געליינט די ערשטע צעטיל, וועל איך קאמאנטירן אויף דעם.
וואס איז נישט ריכטיג איז, ער שרייבט די סיבה פון די רינדיכקייט פון פלאנטען איז פון די גראוועטי פון די פלאנעטן ארום און ארום, די ריכטיגע סיבה איז, ווייל יעדע פלאנעט האט אין זיך אן אייגענע כח פון גראוויטי, און עס צוהט אלע חומר צו זיך ווערט דאס בע"כ רונדעכיג.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 5:01 pm

שנעל איבערגעבליקט די צווייטע חלק, שרייבט ער דארטן די סיבה אז די לבנה ווערט נישט צוגעצויגן צו דער ערד איז ווייל ער האט אן אייגן כח המשיכה, וואס איז איז נישט ריכטיג. די סיבה איז ווייל די לבנה איז אין מאשין, און עס אפעקטירט די אפעקט פונעם גראוועטי צו דער ערד.
הקיצור ווייס איך שוין נישט וואס איז א גרעסערע פלא, הרב יונה לבל'ס דמיונות, אדער מושיס ענטפערס.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט