Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

הודעהדורך הדסים » פרייטאג מערץ 27, 2020 1:34 am

האב איך געזען עטליכע עפיזאדן, מה נאמר ומה נדבר, אזעלכע געמישטע געפילן. פון איין זייט אזא הנאה פון די גוטע חלקים, אבער די ווייטאג פון טעותים.

פארוואס מאכן זיי נישט אביסל מער ריסערטש?
אויב וואלט אן עדאלט פארשוואונדען געווארן, ווער וואלט נישט גערופן די פאליס?
וואס איז די פלאן, מען גייט איר נאכלויפן אין בערלין און?
די מעשוגענע קאזין, יא רבנים האבן עקסטרעמיסטן ארום זיך, אבער וואספארא פארשוין איז דאס (מיט א גאן)?
אירע געפילן זענען ווייט נישט גוט דעוועלאופט. (מען דארף בעסער קענען פילן וויאזוי זי האט עוואלווט).


עס טוט מיר וויי, ווייל דאס איז וויאזוי אונז ווערן רעפרעזענטירט פאר די וועלט. איך האלט אונז האבן אסאך פראבלעמען, אבער ווען מען לייגט עס אראפ אנדערש, אפילו נאר דקות'דיגע חילוקים, ווערט עס פון א גוטע זאך צו אן עוולה. אויב וואלט אונזער קאמיונטי געקומען אונטער פרעשור פון די אלגעמיינע גאס ווי עס דארף צו זיין, וואלט עס געקענט האבן אן השפעה לטובה אין די לאנג ראן. אבער ווען די דרויסענדיגע וועלט זעט אונז מיט אזעלכע ברילן, ברענגט עס נאר ווייטקייט און שנאה פון ביידע זייטן.

די מענערישע בגדים זענען גראדע יא גאנץ פיין. (חוץ די שטריימלעך, דארטן האבן זיי געשפארט...)
די אידיש איז אויך בעסער ווי איך האב מיר געראכטן (אבוויעסלי ווייט פון פערפעקט).

שוין, גענוג פאר היינט נאכט, נאך דא אפאר וואכן איזולאציע.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך הדסים » פרייטאג מערץ 27, 2020 1:48 am

און די מדריכה :lol: :lol: :lol:

די כלים וואס זי נוצט... די ענקזייעטי מאשין... אטעם אריין...

טאטע אין הימל!
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 7:58 am

איך האב אויסגעפלאצט ביי די אלומיניום פאפיר באדעקטע בענקל ביים סדר :lol:

ס'איז טאקע פול מיט הגזמות, אבער א גרויסע טייל פון זיי זענען פיין בארעכטיגט (כמאמר החכם: "אויף מיר מאכט מען נישט אויף אזעלכע מעשיות"), זיי טרעפן אריין גוט אין פינטל.

ועיין עוד כאן.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2869 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 9:40 am

רביה"ק זי"ע: לעומת זה. פון דארט נעמט זיך די פאפולאריטעט פון "שטיסל". ווייל אין א יעדע מאווי, טי.ווי. סעריע. אדער פילם וואס האט צו טון מיט אידן אדער אידישע סאבדזשעקטס מאכן די פראדיוסערס אמעראצ'ישע טעותים. למשל, ביי די פילם סעריע..."בלו בלאדס"...וואס זיי האבן פילמירט אין בארא פארק מיט עטליכע יאר צוריק, איז איינס פון די טעותים וואס זיי האבן געמאכט (נישט די איינציגסטע) אז איינער פון די הויפט שפילערס (וועלכער איז אפילו נישט קיין איד) האט געשפיעלט ווי א חסיד'ישער איד. אנגעטון מיט א שטריימל און בעקישע, האט אויך געהאט זיין וועדדינג בענד (רינגל).

בכלל מאכן די פראדיוסערס טעותים. וועלכע זענען אקעגן די מציאות. כאטש זיי האבן עדיטארס, וועלכע דארפן כאפן און פאררעכטן די טעותים. אויף איין מאווי שפיעלט מייקל דאגלעס ווי א זוהן וועלכער גייט באזוכן זיין טאטן אין שפיטאל. וואו דער טאטע ליגט מיט א אקסידזשען טענק. און ס'שטייט פארשידענע סיינס אז מ'טאר נישט סמאוקן. און ער רייכערט א ציגארעטל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 9:59 am

איך האב נישט געזעהן קיינע טעותים אין דעם סעריע, זייער יועץ אלי ראזען (וועלכע שפילט אויך דער רבי) האט געמאכט א פיינע ארבעט, כ'האב נאר געזעהן הגזמות. אויסער דעם איז דא די מושג פון plot holes, וואס אפילו די סאמע גרעסטע, פראפעסיאנאלסטע, און פאפולערסטע פילמען זענען געשלאגן דערין.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2869 מאל

הודעהדורך בת קול » פרייטאג מערץ 27, 2020 10:23 am

זיי וואלטן געדארפט א היימישע costume director און editor.
זאכן ווי א דורך זיכטיגע מחוצה, דער נייע חתןס צופליקטע שטריימל, די פרויענס פארצייטישע קליידער און שייטלעך... רוב סאטמארע פרויען גייען אנגעטוהן טייער, neat און classy. אפילו אסתי איז געווען אנגעטוהן זייער יאנטשי און שלאמפי. אזא ארימע חתונה האב איך נאר געזעהן אין ארץ ישראל. די אקסענטס זענען רוב נישט געווען פאסיג. דער רב רעדט אמעריקאניש, די מיידל רעדט ארץ ישראל'דיג.
איך האלט אז זייער פאנטשער איז געווען Filming אין בערלין, און זיי האבן נישט געהאט קיין ריכטיג היימישע advice צו דער האנט דארט.

די בעסטע אקטער אינעם שפיל האלט איך איז געווען דעם מאן יענקי. זייער אויטענטיש. אסתי איז צו פארביסן די גאנצע צייט. זי האט געהאט א גאנצע מאווי צו ווייזן א ריכטיגע שמייכל און סאיז קיינמאל נישט געקומען. ווען זי האט געשפילט רוחמי אויף שטיסל האט עס אריינגעפאסט אלץ איר חלק, אבער דא האט עס געמאכט א צו אנגעצויגעננ שטימונג.

די פילם איז שטארק נעגעטיוו קעגן חסידישע אידן. איך קען נישט זעהן אז עס זאלן צוקומען חרדי ליבהאבער נאכן זעהן דעם שפיל, און מאכן דעם גוטן רושם וואס שטיסל האט געמאכט.

שטיסל פאקט איבער דעם שפיל tenfold מיט non bias , authenticity, מיט א storyline וואס איז פארשטענליך און ריכטיג, און enjoyable.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בת קול אום פרייטאג מערץ 27, 2020 12:17 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 10:41 am

די דורכזיכטיגע מחיצה איז א plot hole, זיי האבן עס געדארפט מאכן אזוי כדי אסתי'ס טאטע און מאמע זאלן זיך טרעפן.

די צופליקטע, פאלשע שטריימלעך איז ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן קיין עכטע. זיי טענה'ן אז זיי האבן געדארפט 150 שטריימלעך, און אויסגעבן 200,000 דאללער נאר פאר דעם איז נישט געקומען אין באטראכט (כאטש וואס זיי וואלט אפשר געמעגט אויסגעבן די 1,500 דאללער כאטש פאר'ן חתנ'ס שטריימל).

די יאנטשי קליידער זענען טאקע מוגזם, אזויווי אסאך אנדערע פרטים אין די פילם, איך מיין אז אלי ראזען האט עס בכוונה אריינגעשטעלט... איין זאך וואס איז שוין יא געווען צופיל איבערגעטריבן און ס'מיר געקראכן אויף די נערוון, איז געווען די כלה'ס headpiece.

יישר כח פאר'ן ארויפברענגען די vaginismus חלק, בשעת ווען אונז האבן געוואטשט די פילם האב איך געמיינט אז ס'איז נאך א plot hole, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון בעפאר, ס'מיר געווען אזא דבר פשוט אז ס'איז הוילע דמיון אז ס'מיר ניטאמאל איינגעפאלן עס צו גוגלען, יעצט אז דו האסט עס דערמאנט האב איך מיך גענומען די מיה עס צו גוגלען און איך זעה טאקע אז ס'טאקע דא אזא זאך.

איינע פון די גרויסע פראבלעמען מיט די חרד'ישע פילמען איז אז מ'ערווארט נאך א 'שטיסל', און ווען ס'קומט נישט נאך די ערווארטונגען ווערט מען אנטוישט. רבותי, נעמטס ענק דאס גוט אריין אין קאפ, שטיסל איז נאר געווען איינס, ביזדערווייל האט זיך נאך קיינער נישט געקענט מיט זיי פארמעסטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג מערץ 27, 2020 11:21 am, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2869 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 10:47 am

רביה"ק זי"ע: דאס קענמען זעהן אין ריעל לייף אויך. די אומ-וויסנדע טעותים וואס די נישט ארטאדאקסישע אידן און נישט אידן מאכן. אייביג ווען זיי וויללן אדער דארפן שפיללן א ראלע פון אן ארטאדאקסישער אדער חסיד'ישער איד.

די קלאסישע מעשה מיט די 2 אנדערקאווער פאליציאנטן וועלכע האבן געדארפט פאטראלירן די גאסן פון בארא פארק פארשטעלט אלס חסיד'ישע אידן. אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע פרייטיג פארנאכטס ווען אידן גייען אין שול. און אין די זעלבע צייט האבן זיי גערייכערט ציגארעטלעך...אדער די אנדערקאווער עף.בי.איי. עידזשענטס וועלכע האבן אין מאנרא שבת אינדערפריה אויפגעמאכט דעם שאוער און געניצט זייף גייענדיג אין מקוה.

איך אליינס האב פערזענליך באגעגנט אזא עפיזאד. איך האב אין א געוויסע תקופה געוואוינט אויפ'ן בלאק פון סאטמאר 53. ביי 13'טע עוו. איין טאג זעה איך ווי ס'איז פלוצלינג אויסגעוואקסן א הויעכער יונגערמאן אנגעטון ווי א קארלינער חסיד. מיט דעם גאנצן לבוש. מיט א ברייטן הויעכן פלאטשיגן ביבער הוט און שווארצע זאקן. אפילו דעם קראגן פון זיין ריפסענע בעקישע האט ער געהאט לויט'ן ירושלימ'ער סטייל. ער איז געווען א יוצא ונכנס אין אלע היימישע בתי מדרשים פון די געגנט. ווי סאטמאר, וויזשניץ און שומרי שבת. זיין קאווער סטארי איז געווען אז ער האט פארקויפט ספרים. פון א ווען מיט טונקעלע, איבערגעפארבטע פענצטערס.

איין טאג זעה איך ווי ער נעמט ארויס א סעט ספרים פון זיין ווען און רייסט אראפ די ברוינע פאפיר וועלכע האט געהאט אידישע אותיות (מערסטנס געדרוקט אין ארץ ישראל.) און לייגט עס גלייך אריין אין מיין גארביטש קען. ווען כ'האב איהם מעורר געווען אויף דעם. צוערשט אין עברית. רעכענענדיג אז ער קומט פון ארץ ישראל. האט ער זיך גענומען ברעכן די ציין מיט אן אמעריקאנער ענגלישן אקצענט. האביך איהם געזאגט אז ער זאלל רעדן צו מיר ענגליש. צוערשט האט ער זיך גע'עקשנ'ט צו רעדן א צובראכענעם עברית. אבער נאכדעים האט ער גענומען רעדן ענגליש. ווען כ'האב איהם געפרעגט פארוואס ער האט אריינגעלייגט די רעפפינג פעיפער אין גארבידזש האט ער מיך געפרעגט צי ס'באדערט מיך. האביך איהם געזאגט אז עכט באדערט עס מיך נישט. אבער מ'לייגט דאס געווייליך נישט אין גארביטש. צוליעב די אידישע ווערטער. האביך דאמאלס געזעהן אז ער האט אפילו נישט קיין השגה איבער שמות...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום פרייטאג מערץ 27, 2020 11:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 10:54 am

רביה"ק זי"ע: איינס פון די הויפט סיבות פארוואס שטיסל איז אזוי שטארק ..."אן פוינט"... איז ווייל איינער פון די פראדיוסערס , היינט א חילוני. אבער א געוועזענער ישיבה בחור. וועלכער האט אליינס געלעבט אט דעם לעבנסשטייגער. אויסער וואס ס'איז זייער גוט געווארן ריסוירטשד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 10:58 am

איך גלייב נישט אז דארט שטעקט די סוד, די חברה פון unorthodox זענען אויך געווארן באגלייט דורך א געוועזענען ישיבה בחור אלי ראזען.
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2869 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 11:19 am

רביה"ק זי"ע: ווען די סעריע ..."שטיסל"... איז געלאפן האט מען דאמאלס ארויסגעהויבן דעם פאקט. אבער דער פאקט איז אז קיין שום אנדערע סעריע אדער פילם האטציך נישט געקענט פארגלייכן מיט שטיסל...!

איך האב געזעהן עטליכע אנדערע מאוויס און טי.ווי. סעריעס. און ביי זיי אלע כאפט מען די טעותים וואס זיי מאכן. למשל די מאווי/ווידעא ..."דהע טשאוזען"... באזירט אויף א ביכל וואס דער קאנסערוואטיווער ראביי חיים פאטאק האט געשריבן. איך האב געליינט דעם ביכל. און אויך געוואטשט די מאווי. זיי האבן זייער שיינע, אידישע סצענעס. אבער פול מיט אמעראצישע טעותים. אז די אידן קומען פרייטיג צונאכטס אין שול דאווענען מיט טליתים. נאך א אידישע טעמיר'טע מאווי- ..."סטרענדזשער עמאנג אס"... האט אויך זייער שיינע אידישע סצענעס. אבער איז פול מיט טעותים פון א אידישן שטאנדפונקט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 27, 2020 12:42 pm

זיי וואלטן ענדישער געדארפט נעמען גיטי אדער ליבי זי וואלט געווען מיליון מאל בעסער .
דעי משה לעפקאוויטש איז פיין
און די רבי האט גאר א פיינע יודיש
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1724
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג מערץ 27, 2020 12:49 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די דורכזיכטיגע מחיצה איז א plot hole, זיי האבן עס געדארפט מאכן אזוי כדי אסתי'ס טאטע און מאמע זאלן זיך טרעפן.

די צופליקטע, פאלשע שטריימלעך איז ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן קיין עכטע. זיי טענה'ן אז זיי האבן געדארפט 150 שטריימלעך, און אויסגעבן 200,000 דאללער נאר פאר דעם איז נישט געקומען אין באטראכט (כאטש וואס זיי וואלט אפשר געמעגט אויסגעבן די 1,500 דאללער כאטש פאר'ן חתנ'ס שטריימל).

די יאנטשי קליידער זענען טאקע מוגזם, אזויווי אסאך אנדערע פרטים אין די פילם, איך מיין אז אלי ראזען האט עס בכוונה אריינגעשטעלט... איין זאך וואס איז שוין יא געווען צופיל איבערגעטריבן און ס'מיר געקראכן אויף די נערוון, איז געווען די כלה'ס headpiece.

יישר כח פאר'ן ארויפברענגען די vaginismus חלק, בשעת ווען אונז האבן געוואטשט די פילם האב איך געמיינט אז ס'איז נאך א plot hole, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון בעפאר, ס'מיר געווען אזא דבר פשוט אז ס'איז הוילע דמיון אז ס'מיר ניטאמאל איינגעפאלן עס צו גוגלען, יעצט אז דו האסט עס דערמאנט האב איך מיך גענומען די מיה עס צו גוגלען און איך זעה טאקע אז ס'טאקע דא אזא זאך.

איינע פון די גרויסע פראבלעמען מיט די חרד'ישע פילמען איז אז מ'ערווארט נאך א 'שטיסל', און ווען ס'קומט נישט נאך די ערווארטונגען ווערט מען אנטוישט. רבותי, נעמטס ענק דאס גוט אריין אין קאפ, שטיסל איז נאר געווען איינס, ביזדערווייל האט זיך נאך קיינער נישט געקענט מיט זיי פארמעסטן.

שבאבניקים איז אויך געווען גאנטץ אוטענטיש
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1724
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 1:48 pm

כ'האב נעכטן באקומען די לינק פונעם פילם ס'פארט ארום ביים עולם (שוין א גוטע זאך) מיין אפשאצונג? יא אבוויעסלי האט עס אסאך פעלערהאפטיגע חלקים פון אסאך אספעקטן ווי די סטרוקטור, די ווארדראוב, און אויסקוק, די לעבנסטשטייגער איז אפשר נישט פונקט ווי מ'זעהט אין וויליאמסבורג געווענליך, די שפראך איז אפשר אויך נישט אזוי איי איי איי איינער מער איינער ווייניגער, הגם איך בין קאקו פאר די אלע דיטעילס וואס זיי האבן יא גוט ארויסגעהאט און דעליווערט, אפגערעדט אז די לייפסטייל וואס מ'פילמט איז כמעט אינגאנצן פרעמד פאר א דורכשניטליכער סעקולער מענטש אונזער עולם כאפט נישט וואס דאס מיינט פאר א טאטאלער דרויסנדיגער טיווי קרו פון בערלין זאל אריישפאצירן אין אזא איזאלירטע געמיינדע און זיך נעמען דערשנאפן איינצעלהייט ביי איינצעלהייט, און מ'רעדט נישט פון 10 זאכן נאר פון א מיליאן! פון אידישע חפצים וואס ליגט אין א יעדע אידישע הויז, ביז וואס מ'סערווירט פאר נאכטמאל, וואס איז די גאסיפ וואס מ'שמועסט, וויאזוי מ'גייט אין גאס, וויאזוי מ'קושט עפעס ביים זייט פון די טיר ביים אריינגיין אין א הויז, אז א מאן קוקט נישט דירעקט אויף א פרעמדע פרוי, כ'מיין וואס ערווארטן די חסידים קען מיר איינער זאגן? אז א טיווי דיירעקטאר זאל גיין קויפן די וואך און מאכן קאפי פעיסט? אדער אפשר זיך זעצן ליינען אייוועלט? בעסיקס דארפן זיין גוט אלעס אנדערש איז א פלאס.

דעס ווי איך זאל דיר יעצט אראפשטעלן אינמיטן פאקיסטאן, און דו ווייסט נישט צו מ'וועט זיך צאמלויפן דיר באשטיינערן עני מינוט פארן נישט פונקטליך אויספאלגן אלע פארשריפטן פון די געמיינדע, יעצט הייב אן זאמלען שטאף... ס'איז נישט די גרינגסטע זאך

כ'מיין אז אין די היסטערי פון האליוואד איז נישט געווען קיין פילם/טעלעוויזיע סעריע - פונדרויסן - נישט פון א איד דירעקט (אויב ס'איז געווען) וואס זאל יא האבן ריכטיג געדעקט יעדע פארשטיקענע דעטאל, ווי געזאגט גיי ארויס פונעם אידישן פערספעקטיוו פאר א מינוט וועסטו פארשטיין ווי שווער ס'איז, יאפ מ'זעמיר זייער פארמאכט! מציאות איז מציאות. א פילם ברענגט עס נאר מער ארויס, ס'איז אבער מיסודו נישט איבערגעטריבן אז מ'קוקט טיף אריין.

ביי די וועי די כאראקטערס האבן אסאך תוכן, דעי מומע זי דאך אזא מכשיפה, א טיפיקל דורכגעפוילטע וויליאמסבורגע יענטא, ווי א ביטש פירט זי אסתי ארום ביי די נאז אין געשעפט "ווייל מ'וויל דיך זעהן"... ווען זי האט געפלאפלט פאר איר מאמע מיט וועם מ'קלערט זיך משדך צו זיין מיט איר נצחון'דיגן שמייכל "די שפירא'ס נעבן די navy yuurd" האב איך מיר געשוואוירן אז זי איז א בית רחל מיידל! מיי גאד איז זי גוט! די אויגן און די facial expressions וואס זי האט איז אויסטערליש, און ווען אסתי פרעגט א צעיושרטע "ווער איז דער בחור?" ענטפערט זי מיט א ביטול "געהעריג, ווי יעדן" א ענטפער וואס מ'גיבט פאר א פינף יעריג קינד פרעג נישט קיין קשיות און עס אויף... דעס איז מעשים בכל יום... ליידער...
באט די קעסטינג איז בכלל נישט אוועקצומאכן, די רב דערמאנט מיך פון שמעון זאב מייזליש, ער איז א עקס חסיד דערפאר איז זיין אידיש די בעסטע, ער איז אייזן נאטירליך.

נאכאמאל קען מען מאכן בעסער? יא, זיכער קען מען, מ'האט דאך שוין געזעהן גענוג איבער אונז אויפן קליינעם און גרויסן סקרין, כ'גלייב נישט אז נאך פידלער אן די רוף blue bloods און the awakening of moti wolkenbruch אז איין טאג וועט ארויסקומען די גאלדענע פילם אנבייעסד פילם איבער חרדים, ס'איז פשוט נישט אינטערסאנט, די שמוץ איז וואס איז ווערט צו פילמירט ווערן.

אונטערשטע שורה
ווילאנג ס'קומט פונדרויסן וועט עס האבן די געפיל פאר א אינסיידער ווי א דרויסנדיגער ארבעט.
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:10 pm

סאנטיאגא: דו זאגסט דא שטארקע נקודות. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ זענען די קרו מעמבערס פון די סעריע ..."שטיסל"...איינגעשטאנען אין מאה שערים פאר עטליכע טעג. אריינגערעכנט א שבת. כדי צו לערנען ערשטהאנטיג איבער דעם לעבנס שטייגער פון די חרד'ישע אידן. ווייל קיין איינער פון די עקטערס קומען נישט פון קיין רעליגיעזן בעקגראונד. אויסער איינער פון די פראדיוסערס.

איך האב בכוונה נישט געוואלט דערמאנען ..."פידלער אן דהע ראאף"...כאטש ס'איז א קלאסישע דראמא. און זייער גוט געשפיעלט. דורך חיים פאטאק. און די אנדערע עקטארס. ווייל ס'איז צו דזשענעריק. און טוט נישט רעפלעקטירן די היינטיגע מציאות פון חסיד'ישן לעבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:13 pm

און נאך א נקודה בנוגע וואס דו זאגסט הדסים טייערער: דו קענסט נישט ערווארטן פון א סעקולער דירעקטאר נישט צו רעדן פון אלע זאכן וואס דו (און כ'מיין יעדער וואס האט א פראבלעם אז מ'ברענגט אידן און בפרט די נושאים אונטערן פארגרעסערונגס גלאז) ווילסט נישט הערן, ס'איז נישט פשט זיי מאכן נישט גענוג ריסורטש, די ווארט איז אונז זעמיר פארמאכט אין פארגלייך צו די פרייע לעבנסטשטייגער. מאכן א טיווי סעריע פארלאנגט א טאן פון דו דילידזשענס, און נישט נאר גיין און זוכן אויף חב''ד.ארג נאר רעדן מיט מענטשן פון אינעווייניג וואס קענען די -קאמיוניטי, זענען אויפגעוואקסן אין די קאמיוניטי, און דרייען זיך אין די קאמיוניטי, און ווען איז די לעצטע מאל וואס דו האסט געהערט א חסיד זאל זיך צושטעלן? ממש א זעלטנהייט, עפעס ווען ס'קומט צו דעם אנטלויפן מיר פון יעדן שאטן, סא די קאמבינאציע פון א פארמאכטע טויער סאסייעטי, און נישט וועלן זיין בייהילפיג קומט אזעלכע רעזולטאטן, קיינער זאל מיר נישט האבן קיין טענות נאכדעם... מנשה לוסטיג קען עגריען מיט מיר, ער האט פיין געהאט צו שפירן דעם הארד טיים ביי זיין פילם, און דאס איז שוין געווען אלעס אויף א היימישן אופן, אלעס פרומע אידן, און מיט דעם אלעם האט מען זיי געטריבן פון עטליכע פלעצער, נאר דעס אליין ס'רופט זיך לאוקעישן סקאוטינג, האסט א מושג וואספארא העידעיקס דעס איז? שאפן פלעצער און נאכדעם ווערט מען פארטריבן מיט בושות... מענטשן געבן אזא קוק אפ א שעה'איגע פילם (אויב דער חסיד, האט אפילו אוועקגעבן דעם שעה צו ענדיגן די גאנצע) און גארנישט יעדער האט דעות... די אינגל דארט איז די איינציגסטע נישט פרומער, ווייל קיין איין מאמע אין גאנץ בארא פארק האט נישט געוואלט געבן זייער קינד - פאר א כשר'ע, פאזיטיווע געשיכטע ארום חסידים, אונז האלט מיר
זיך נישט ביים צושטעלן און מ'האט טענות.. מענטשן האבן נאך טענות.

ס'באדערט מיר פשוט די היפאקראציע, ווייל יעדע מאל אונז מאכן העדליינס אין פילם און אין די נייעס, קומען מענטשן מיט די אינוואלידע ארגומענט, און דערביי גיבט מען אזא וויש אוועק אלע פראבלעמען וואס מ'דארף ווען רעדן דערפון... וואס ווילט עטס, מ'זאל אריינקומען אין ראדני מקוה מיט אלע קלאפער געצייג אפכאפן וואס מ'שמועסט דארט? עטס ווארפטס דאך ארויס די פילם מאכערס פון איבעראל!! עניוועי אבסורד.

ווען ס'איז אזוי מין שלעכט אז דו דערקענסט ממש נישט די קאמיונטי, סאסייעטי, לעבן און שאפן פון וואס ווערט געשילדערט, האסטו א גערעכטע טענה, די פאקט איז אז איך און דו דערקען מיר זיך היבש גוט, נישט ממש טרענספערנט אבער מ'קען רילעיטן דערצו, און סתם נוצן די אומסוקסעפולע עלעמענטן אין א מעשה אלס א שטעקן מאכט נישט די פראבלעמען אין אונזער קאמיוניטי זאל פארשווינדן ווערן... טעכנישע לאגיסטישע קלייניקייטן זענען קינדער שפילן אין קאנטראסט צו די הימל שרייענדע צוריקגעבליבענע לעבנסטשטייגער וואס קיינער ווייסט נישט פארוואס און פארוועם מיר פאלגן עס נאך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סאנטיאגא אום פרייטאג מערץ 27, 2020 2:17 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:16 pm

די אלע קליינע טעותים סיי די accent און סיי די פורים-שטריימלעך מאכט גארנישט אויס פאר קיין פרעמדע. נאר איינער פון די קאמיונטי באמערקט עס.

מ׳זעהט אבער אז זיי האבן אריינגעלייגט אסאך כוח און מוח פאר די קליינע דיטעילס!


איך האב נישט געוואוסט אז די פילם-אינדאסטרי נוטיגט זיך אין שטריימלעך. ווען איך ווייס וואלט איך זיי גערן געבארגט מיין רעגן-שטריימל...
איך פלאן אפשר צו עפענען א נייע ביזנעס פון פארדינגען ״חסידישע מלבושים״ פאר די מאוויס- א יעדער איינער וואס האט איבעריגע מלבוש, שטריימל, גארטל, ספאדיק, חנוכה מנורה, לאנגע גאטשע זאל זיך מעלדן אין אישי. איר קענט שיין פארדינען...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:35 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:l (כמאמר החכם: "אויף מיר מאכט מען נישט אויף אזעלכע מעשיות"), זיי טרעפן אריין גוט אין פינטל.

ועיין עוד כאן.

פיין געזאגט! :like
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:42 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: לעומת זה. פון דארט נעמט זיך די פאפולאריטעט פון "שטיסל". ווייל אין א יעדע מאווי, טי.ווי. סעריע. אדער פילם וואס האט צו טון מיט אידן אדער אידישע סאבדזשעקטס מאכן די פראדיוסערס אמעראצ'ישע טעותים. למשל, ביי די פילם סעריע..."בלו בלאדס"...וואס זיי האבן פילמירט אין בארא פארק מיט עטליכע יאר צוריק, איז איינס פון די טעותים וואס זיי האבן געמאכט (נישט די איינציגסטע) אז איינער פון די הויפט שפילערס (וועלכער איז אפילו נישט קיין איד) האט געשפיעלט ווי א חסיד'ישער איד. אנגעטון מיט א שטריימל און בעקישע, האט אויך געהאט זיין וועדדינג בענד (רינגל).

בכלל מאכן די פראדיוסערס טעותים. וועלכע זענען אקעגן די מציאות. כאטש זיי האבן עדיטארס, וועלכע דארפן כאפן און פאררעכטן די טעותים. אויף איין מאווי שפיעלט מייקל דאגלעס ווי א זוהן וועלכער גייט באזוכן זיין טאטן אין שפיטאל. וואו דער טאטע ליגט מיט א אקסידזשען טענק. און ס'שטייט פארשידענע סיינס אז מ'טאר נישט סמאוקן. און ער רייכערט א ציגארעטל.

אמת! אז מ'רעדט שוין, א באקאנטע טעות וואס טרעט אויף די נערוון, שוין עטליכע מאל געזעהן ווען מ'דארף אויפהייבן א טעלעפאן, זעהט מען די פאון אויפן האום סקרין מיט אלע עפס אין אנדערע ווערטער מ'ווייזט קלאר פארן צוקוקער אז מ'האט ניטאמאל געפעיקט דעם פאון קאל, דעס איז א מאדנע ביישפיל, מ'קען מיינען ווי שווער איז דאס צו פעלשן... די איינציגסטע לאגישע סיבה איז ס'הערשט א געיעג צו ענדיגן פאוסט פראדאקשען, כאפן זיך אריין אזעלכע טעותים. אמאל כאפט מען זיך הערשט נאכן שאאטן, און גיין איבערמאכן קען אפקאסטן שווערע אלפים פון טרעוול, עסן, איבערדינגען די פלאץ, סעקיוריטי, אויפהאלטן די פילם קרו, אלס פאר א מילדער טעות...
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:45 pm

יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.

ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:56 pm

בת קול האט געשריבן:זיי וואלטן געדארפט א היימישע costume director און editor.
זאכן ווי א דורך זיכטיגע מחוצה, דער נייע חתןס צופליקטע שטריימל, די פרויענס פארצייטישע קליידער און שייטלעך... רוב סאטמארע פרויען גייען אנגעטוהן טייער, neat און classy. אפילו אסתי איז געווען אנגעטוהן זייער יאנטשי און שלאמפי. אזא ארימע חתונה האב איך נאר געזעהן אין ארץ ישראל. די אקסענטס זענען רוב נישט געווען פאסיג. דער רב רעדט אמעריקאניש, די מיידל רעדט ארץ ישראל'דיג.
איך האלט אז זייער פאנטשער איז געווען Filming אין בערלין, און זיי האבן נישט געהאט קיין ריכטיג היימישע advice צו דער האנט דארט.

די בעסטע אקטער אינעם שפיל האלט איך איז געווען דעם מאן יענקי. זייער אויטענטיש. אסתי איז צו פארביסן די גאנצע צייט. זי האט געהאט א גאנצע מאווי צו ווייזן א ריכטיגע שמייכל און סאיז קיינמאל נישט געקומען. ווען זי האט געשפילט רוחמי אויף שטיסל האט עס אריינגעפאסט אלץ איר חלק, אבער דא האט עס געמאכט א צו אנגעצויגעננ שטימונג.

די פילם איז שטארק נעגעטיוו קעגן חסידישע אידן. איך קען נישט זעהן אז עס זאלן צוקומען חרדי ליבהאבער נאכן זעהן דעם שפיל, און מאכן דעם גוטן רושם וואס שטיסל האט געמאכט.

שטיסל פאקט איבער דעם שפיל tenfold מיט non bias , authenticity, מיט א storyline וואס איז פארשטענליך און ריכטיג, און enjoyable.

אה פון שטיסל קען איך איר נאמען שכח. שטיסל קען מען נישט פארגלייכן צו אמעריקע, אין ארץ איז דא פיל מער ריסארסעס א באנדע פרייע, פונקט ווי אין די חייל איז דא גענוג שומר תורה ומצות, איז דא גענוג פרומע וואס מיינדן נישט זיך צוצושטעלן... בכלל אן איזרעלי ביי דעפינישן איז פיל מער אפן און קעירלעס, ווי דער וויליאמסבורגע צוריקגעצויגענער חסיד

ביזט נישט גערעכט, איר כאראקטער איז פארביסן, אויף אלעס! קלער אריין א מינוט, און צייל מיט די פינגער; זי איז א יתומה, צוקריגט מיט די מאמע, קיין פאטער האט זי נישט, און די פארשאלטענע מומע שטייט איר אויפן קאפ, די באבע איז סתם אומסיפאטיש, איבערהויפט ווען די מאמע קומט פון בערלין, אבער פאר איר האט אסתי עפעס יא רעספעקט און גיבט זיך אפ מיט איר מיט א שמייכל, קען זיין ס'איז א חלק פון מיטשפילן, די האט דאך א גרויסע סוד מיט זיך וואס מאכט נישט זאכן גרינגער, זי לעבט א דאבל לייף און זי איז נישט אינטערסירט אין העטראסעקסואלע מערידזש וואס נאך? ס'איז דא די קאנעקשן מיט די פיאנא טיטשער וואס זי שפירט א בענקשאפט ווייל דאס איז געווען איר פתח צו די אפענע וועלט און דא דארף זי אלעס איבערלאזן און גיין קיין בערלין. בקיצור

אני הקטן האב אויך פארלוירן די פאטער יונגערהייט איך קען זאגן ווען זי האט געזאגט: איך בין נישט קיין יתומה! האב איך באקומען טשילס, גראדע די איין ליין אז די מומע זאל זאגן פאר איר ווי נישט ווי איז דאך א יתומה שטימט אפשר נישט, א געווענליכע חסידישע פרוי רעדט נישט אפן און גראב פארנט פון א מיידל אזוי, דעס רעדן די כמו ערוואקסענע צווישן זיך, עניוועי כ'ווייס זייער גוט וויאזוי ס'פילט מ'פארלירט די בלוט און פלייש, און מ'פארדינט דעה זאגערס פון אלע זייטן... און ס'מאכט אין יעדנספאל צען מאל ערגער! לאז דעם קינד לעבן און אויב דאס קינד האלט נישט ביים חתונה האבן שאט אפ ענד גיוו דעם סאם ספעיס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סאנטיאגא אום פרייטאג מערץ 27, 2020 3:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 27, 2020 2:59 pm

ווי יענער האט געזאגט, מ'פארלירט איין טאטע און מ'באקומט צעהן...
וַיִּכְתֹּב יְהוֹשֻׁעַ אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּסֵפֶר תּוֹרַת אֱלֹקים וַיִּקַּח אֶבֶן גְּדוֹלָה וַיְקִימֶהָ שָּׁם תַּחַת הָאַלָּה אֲשֶׁר בְּמִקְדַּשׁ השם, הדא הוא דכתיב: לֹא תִטַּע לְךָ אֲשֵׁרָה כָּל עֵץ אֵצֶל מִזְבַּח השם אֱלֹקיךָ אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה לָּךְ..
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2869 מאל

הודעהדורך סאנטיאגא » פרייטאג מערץ 27, 2020 3:07 pm

שבת אחים האט געשריבן:יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.

ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.

ווער איז דער ראזן איינער האט א בעפאר בילד פון אים? כ'ווייס וואס ער שפילט איך בין פשוט נייגעריג אין זיין פעסט,
ער איז אינוואלד היינט מיט די יידישיסטישע off Broadway show
"New Yiddish Rep" אבער ווער איז ער, כ'מיין פון וואו שטאמט ער חתונה געהאט א גרש א בחור אביסל בעיקראונד
⁦Before you jump to conclusions about me being offensive, keep in mind that written words can be interpreted in many different ways, while a tone of voice can typically be interpreted in one way
סאנטיאגא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 1:32 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך כרפס » פרייטאג מערץ 27, 2020 3:34 pm

אלי ראזן איז פיינע נייעס, ער איז גראדע נישט קיין פארביסענער, און שפילט אין אסאך די סארט יידישע פילמען לעצטענס.
ס'איז איין גרופע וואס זענען אינוואלווד אין יודישע עקטינג. אלעס קומט פון היימישע שטובער, אבער כ'מיין אז דאס אליינס אז זיי פירן זיך שוין נישט היימיש, פארגעסן זיי אליינס וויכטיגע זאכן ביים מאכן א מאווי, ווי יעדער וואלט נארטורליך אויבנאויף פארגעסן מנהגים וואס מ'פירט זיך אין שטאט - נאכן זיין צוויי חדשים אין קאנטרי.

און אפילו זיי באמערקן יא טעותים, האב איך אליינס געהערט פון מנשה לוסטיג, אז דער דירעקטאר און שותפים זענען באלעבוס אויפ'ן ארבעט, און טאמער זיי פאר'עקשנ'ן זיך אויף זאכן, נישט צו טוישן, צו יא טוישן, קענסטו נישט קריטיקירן, פונקט ווי אין א מיליטער באזע, וואס כאטש דער זעלנער פארשטייט לאגישע זאכן וואס דער קאמאנדיר זאגט ראנג, קען ער נאר שווייגן און פאלגן.
פארפאלן ס'איז נישט קיין בדיעבד'דיגע פורים שפיל ביים רבי'ן מוצאי יום טוב, ס'איז א קרו מיט ארבייטער און א אגענדע. און זיי האבן אסאך מער חשבונות אויף יעדע ריר ווי מ'מיינט.

דאס אז אונזער עולם האלט נאר ביים קוקן און נישט העלפן, דאס איז דאך א פאקט, און לכאורה וועט זיך דאס אויפלאזן בקרוב, פונקט ווי אסאך זאכן, אבער ווען ס'קומט צו מאכן פילמען וואס איז לכתחילה נעגעטיוו קעגן חרדים, דארף א היימישער שומר שבת זיין משוגע צוצוהעלפן.
און אז האסט דערמאנט די 'מנשה' פילם, דאס איז שוין געווען א היבשע דורכברוך, און דווקא נישט נעגאטיוו, און ס'האט זיך נישט וואס צו שעמען פון שטיסל.

אגב, איז דא עטליכע ענליכע פילמען וואס ווארטן צו ערשיינען אינעם פאבליק דעם זומער תש''פ, אויב דער מאנסטער קאראנע וועט נישט מבלבל זיין די סדר החיים.
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג מערץ 27, 2020 3:56 pm

סאנטיאגא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.

ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.

ווער איז דער ראזן איינער האט א בעפאר בילד פון אים? כ'ווייס וואס ער שפילט איך בין פשוט נייגעריג אין זיין פעסט,
ער איז אינוואלד היינט מיט די יידישיסטישע off Broadway show
"New Yiddish Rep" אבער ווער איז ער, כ'מיין פון וואו שטאמט ער חתונה געהאט א גרש א בחור אביסל בעיקראונד


אויב איך געדענק גוט:
ער איז אויפגעוואקסן חסידיש. יונגערהייט איז ער געווארן א ליובאביטשער.
און ער האט חתונה געהאט צו א חבדסקער, דאכצעך זיי הייסן בארענשטיין. ער האט צוויי קינדער.

עפעס אזוי.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 5 געסט