טובה האט געשריבן:נקודת-אמת האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:נקודת-אמת האט געשריבן:ערגערטס אינעם שאוו איז פארהאן א סטעייטמענט אז אין וויליאמסבורג וויל מען האבן אסאך קינדער, וויבאלד אונזער פאלק האט פארלוירן אסאך מיטגלידער ביי די לאגער,
איינער קען איינעם וואס וויל האבן אסאך קינדער וויבאלד אסאך פון אונזער פאלק זענען געהארגעט געווארן אין די לאגער?
איך האב נאך נישט באגעגענט אזא פערזאן!
היינט איז עס נישט בנמצא, אבער ביים ערשטן און צווייטן דור האבן א סך געלעבט מיט דעם געפיהל, בעיקר מער אין דעם "נקמה אינעם רשע" נאראטיוו.
אבער דאס איז א שאוו איבער די היינטיגע וויליאמסבורגע לעבן-שטייגער אדער עכ"פ א האלבע דור צוריק,
און אשאד אז אין אט די שטארקע נקודה האבן זיי עכט נישט געמאלן די בילד אזוי ווי ס'איז.
(-כלומר, אז אן אאוטסיידער וואס וואטשט דאס, באקומט נישט די ריכטיגע בליק צו פארשטיין אט די לעבן-שטייגער)
קען זיין אז ס'איז נישט געפערליך, אבער דאס איז גאר א שטארקע אי דיוק בפרטים ולכן אין לי הערכה כלל ליוצרי השאוו.
זיי האבן א אגענדע און אויב שטימט עס מיט א [געוועזענע] מציאות שפרינגען זיי שוין ארויף דערויף.
די מטרה פון אזא TV שאוו, (עכ"פ די וואס צאלן אויס די ריזיגע הוצאות) איז א חוץ ביזנעס (אז ס'גייט אריינברענגען כך וכך)
אז מ'וויל דאקומענטירן א לעבן-שטייגער וואס איז נישט מצוי ביי די המון-עם, און מ'מאלט-אויס א פונקטליכען פיקטשער כדי מ'זאל קענען אריינגיין אין קענען פארשטיין וואס איז יענעם'ס ציהל,
אזוי איז ביי רובא דרובא פון די שאוו'ס, צו-מאהל וועט מען דיר געבן צו טראכטן וויאזוי דער קרימינאל טראכט, און וויאזוי זעהט דער גענגסטער דער רוצח צדקת דרכו ורשעות שלטון החוק,
פארשטייט זיך אז הניחו להם רבותיהם מקום להתגדר בו, אבער די מטרה איז מסביר זיין פאר דער וואס איז נישט אזוי, זאל קענען באקומען וואס מעהר א קלאהרע בילד עס מעגליך,
ועל כן אמרתי, שאם היה זה בשוגג, אין לי הערכה כי חסרים הם הבנה, ואם היה זה במזיד, כספי השקעת המשקיעים גזל הוא בידם, שהמה שליחים ששלחו ידיהם בשליחותם!