רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די דורכזיכטיגע מחיצה איז א plot hole, זיי האבן עס געדארפט מאכן אזוי כדי אסתי'ס טאטע און מאמע זאלן זיך טרעפן.
די צופליקטע, פאלשע שטריימלעך איז ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן קיין עכטע. זיי טענה'ן אז זיי האבן געדארפט 150 שטריימלעך, און אויסגעבן 200,000 דאללער נאר פאר דעם איז נישט געקומען אין באטראכט (כאטש וואס זיי וואלט אפשר געמעגט אויסגעבן די 1,500 דאללער כאטש פאר'ן חתנ'ס שטריימל).
די יאנטשי קליידער זענען טאקע מוגזם, אזויווי אסאך אנדערע פרטים אין די פילם, איך מיין אז אלי ראזען האט עס בכוונה אריינגעשטעלט... איין זאך וואס איז שוין יא געווען צופיל איבערגעטריבן און ס'מיר געקראכן אויף די נערוון, איז געווען די כלה'ס headpiece.
יישר כח פאר'ן ארויפברענגען די vaginismus חלק, בשעת ווען אונז האבן געוואטשט די פילם האב איך געמיינט אז ס'איז נאך א plot hole, כ'האב קיינמאל נישט געהערט דערפון בעפאר, ס'מיר געווען אזא דבר פשוט אז ס'איז הוילע דמיון אז ס'מיר ניטאמאל איינגעפאלן עס צו גוגלען, יעצט אז דו האסט עס דערמאנט האב איך מיך גענומען די מיה עס צו גוגלען און איך זעה טאקע אז ס'טאקע דא אזא זאך.
איינע פון די גרויסע פראבלעמען מיט די חרד'ישע פילמען איז אז מ'ערווארט נאך א 'שטיסל', און ווען ס'קומט נישט נאך די ערווארטונגען ווערט מען אנטוישט. רבותי, נעמטס ענק דאס גוט אריין אין קאפ, שטיסל איז נאר געווען איינס, ביזדערווייל האט זיך נאך קיינער נישט געקענט מיט זיי פארמעסטן.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:l (כמאמר החכם: "אויף מיר מאכט מען נישט אויף אזעלכע מעשיות"), זיי טרעפן אריין גוט אין פינטל.
ועיין עוד כאן.
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: לעומת זה. פון דארט נעמט זיך די פאפולאריטעט פון "שטיסל". ווייל אין א יעדע מאווי, טי.ווי. סעריע. אדער פילם וואס האט צו טון מיט אידן אדער אידישע סאבדזשעקטס מאכן די פראדיוסערס אמעראצ'ישע טעותים. למשל, ביי די פילם סעריע..."בלו בלאדס"...וואס זיי האבן פילמירט אין בארא פארק מיט עטליכע יאר צוריק, איז איינס פון די טעותים וואס זיי האבן געמאכט (נישט די איינציגסטע) אז איינער פון די הויפט שפילערס (וועלכער איז אפילו נישט קיין איד) האט געשפיעלט ווי א חסיד'ישער איד. אנגעטון מיט א שטריימל און בעקישע, האט אויך געהאט זיין וועדדינג בענד (רינגל).
בכלל מאכן די פראדיוסערס טעותים. וועלכע זענען אקעגן די מציאות. כאטש זיי האבן עדיטארס, וועלכע דארפן כאפן און פאררעכטן די טעותים. אויף איין מאווי שפיעלט מייקל דאגלעס ווי א זוהן וועלכער גייט באזוכן זיין טאטן אין שפיטאל. וואו דער טאטע ליגט מיט א אקסידזשען טענק. און ס'שטייט פארשידענע סיינס אז מ'טאר נישט סמאוקן. און ער רייכערט א ציגארעטל.
בת קול האט געשריבן:זיי וואלטן געדארפט א היימישע costume director און editor.
זאכן ווי א דורך זיכטיגע מחוצה, דער נייע חתןס צופליקטע שטריימל, די פרויענס פארצייטישע קליידער און שייטלעך... רוב סאטמארע פרויען גייען אנגעטוהן טייער, neat און classy. אפילו אסתי איז געווען אנגעטוהן זייער יאנטשי און שלאמפי. אזא ארימע חתונה האב איך נאר געזעהן אין ארץ ישראל. די אקסענטס זענען רוב נישט געווען פאסיג. דער רב רעדט אמעריקאניש, די מיידל רעדט ארץ ישראל'דיג.
איך האלט אז זייער פאנטשער איז געווען Filming אין בערלין, און זיי האבן נישט געהאט קיין ריכטיג היימישע advice צו דער האנט דארט.
די בעסטע אקטער אינעם שפיל האלט איך איז געווען דעם מאן יענקי. זייער אויטענטיש. אסתי איז צו פארביסן די גאנצע צייט. זי האט געהאט א גאנצע מאווי צו ווייזן א ריכטיגע שמייכל און סאיז קיינמאל נישט געקומען. ווען זי האט געשפילט רוחמי אויף שטיסל האט עס אריינגעפאסט אלץ איר חלק, אבער דא האט עס געמאכט א צו אנגעצויגעננ שטימונג.
די פילם איז שטארק נעגעטיוו קעגן חסידישע אידן. איך קען נישט זעהן אז עס זאלן צוקומען חרדי ליבהאבער נאכן זעהן דעם שפיל, און מאכן דעם גוטן רושם וואס שטיסל האט געמאכט.
שטיסל פאקט איבער דעם שפיל tenfold מיט non bias , authenticity, מיט א storyline וואס איז פארשטענליך און ריכטיג, און enjoyable.
שבת אחים האט געשריבן:יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.
ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.
סאנטיאגא האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.
ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.
ווער איז דער ראזן איינער האט א בעפאר בילד פון אים? כ'ווייס וואס ער שפילט איך בין פשוט נייגעריג אין זיין פעסט,
ער איז אינוואלד היינט מיט די יידישיסטישע off Broadway show
"New Yiddish Rep" אבער ווער איז ער, כ'מיין פון וואו שטאמט ער חתונה געהאט א גרש א בחור אביסל בעיקראונד
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט