בלאט 1 פון 1

Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2020 1:34 am
דורך הדסים
האב איך געזען עטליכע עפיזאדן, מה נאמר ומה נדבר, אזעלכע געמישטע געפילן. פון איין זייט אזא הנאה פון די גוטע חלקים, אבער די ווייטאג פון טעותים.

פארוואס מאכן זיי נישט אביסל מער ריסערטש?
אויב וואלט אן עדאלט פארשוואונדען געווארן, ווער וואלט נישט גערופן די פאליס?
וואס איז די פלאן, מען גייט איר נאכלויפן אין בערלין און?
די מעשוגענע קאזין, יא רבנים האבן עקסטרעמיסטן ארום זיך, אבער וואספארא פארשוין איז דאס (מיט א גאן)?
אירע געפילן זענען ווייט נישט גוט דעוועלאופט. (מען דארף בעסער קענען פילן וויאזוי זי האט עוואלווט).


עס טוט מיר וויי, ווייל דאס איז וויאזוי אונז ווערן רעפרעזענטירט פאר די וועלט. איך האלט אונז האבן אסאך פראבלעמען, אבער ווען מען לייגט עס אראפ אנדערש, אפילו נאר דקות'דיגע חילוקים, ווערט עס פון א גוטע זאך צו אן עוולה. אויב וואלט אונזער קאמיונטי געקומען אונטער פרעשור פון די אלגעמיינע גאס ווי עס דארף צו זיין, וואלט עס געקענט האבן אן השפעה לטובה אין די לאנג ראן. אבער ווען די דרויסענדיגע וועלט זעט אונז מיט אזעלכע ברילן, ברענגט עס נאר ווייטקייט און שנאה פון ביידע זייטן.

די מענערישע בגדים זענען גראדע יא גאנץ פיין. (חוץ די שטריימלעך, דארטן האבן זיי געשפארט...)
די אידיש איז אויך בעסער ווי איך האב מיר געראכטן (אבוויעסלי ווייט פון פערפעקט).

שוין, גענוג פאר היינט נאכט, נאך דא אפאר וואכן איזולאציע.