אין די לעצטערע טעג האב איך אריינגעוואנדערט אין א פרישע אימעיל-אויסגאבע, וואס ערשיינט אויף אימעיל. די אמעיל ווי כ'זע זייער זייטל ערשיינט שוין זינט אפריל, אבער נישט פונקטליך, זיי האבן אונטערגעהינקעט, איין טאג יא און איין טאג נישט.
די וואך האבן זיי זיך אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות, זיך רי-דעזיינט און איבערגעמאכט, און ווי זיי שרייבן גייען זיי אנהייבן ערשיינען ערליך צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנערשטאג.
א טוויטער אקקאונט זע איך האבן זיי שוין, כ'זע זיי האבן עטליכע ריטוויטס פאר נפשי און מאמענט, ווארשיינליך זענען שרייבער פון מאמענט טייל פון דעם טראמבאן אויסגאבע.
זייערע שרייבער/קאלומס
איין מיינונג קאלום דורך הרב אהרן דאסקאל
זון ברילן קאלום דורך ל. לאבין
שפריך-שפראך דורך י. לעווי
קאצקעלעך דורך ק. סעגאל
טוויטער: @TromboneOnline
וועבסייט צו אויפסיינען: https://mailchi.mp/a2e45be03a57/trombone
https://us20.campaign-archive.com/home/ ... c6f62d9afd
נייע אידישע אימעיל אויסגאבע: טראמבאן
דער אשכול פארמאגט 3 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן