שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

שליחה דורך היכי דמי »

דעם פארגאנגענע וואך האט די ענגליש יתד אריינגעשטעלט א פאום איבער די קעמפס פארשליסונג, באגלייט מיט א קארטון וואס ווייזט ווי גאווערנאר קאמא אנגעטוהן אין פאליציישע קליידונג קניט אויף די האלז פון א קינד פון זומער קעמפ ווען אינדערזייט הענגט א סיין מיט די ווערטער "איך קען נישט אטעמען" צוגלייכענדיג די קעמפ פרשה צו די 'בלעק לייווס מעטער' באוועגונג.

נעכטן זונטאג איז א בילד פון די קארטון פארשפרייט געווארן אויף טוויטער, און עס האט אנגעמאכט א גרויסע שטורעם. עס איז גלייך געקומען צו פליען אן א שיעור טוויטס אנגעפולט מיט אויפברויז אויף אזא צייטונג וואס האט שטרענגע פאלעסיס ווי נישט אריינלייגן בילדער פון פרויען זאל פארזעהן אזא פארברעך פון צוגלייכן דאס אפשפארן קעמפס צו פאליציי מערדעריי.

דאס האט צוגעברענגט אז די יתד זאל ארויסשיקן א איבערבעטונג טוויט, ווי זיי שרייבן: A cartoon submission that appeared to equate the tragic death of George Floyd with a policy decision was accidentally published in our paper. It does not meet our editorial standards and should not have gone in. We stand with the black community’s quest for equal justice

מענטשן זענען אבער נישט צופרידן פון אזא שוואכע מעסעדזש אז עס איז בטעות אריינגעלייגט געווארן, און זיי האבן נישט געקענט ארויסשרייבן קלאר אז זיי האבן געטוהן אן עולה און איבערבעטן די שווארצע געמיינדע.

בייגעלייגט איז א בילד פון די קארטון, און זייער איבערבעטונג טוויט:
בייגעלייגטע פיילס
Yשאקג 1.jpeg
טשרקג 2.jpeg

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר