אין יו"ט'דיגן קיאסק סעריע: בחצרות איבערראשט

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

אין יו"ט'דיגן קיאסק סעריע: בחצרות איבערראשט

שליחה דורך קאווע קריטיק »

בחצרות איבערראשט

נאטירליך ביים הערן איבער די נייע בחצרות אויסגאבע האב איך פרובירט צו האלטן מיינע ערווארטונגען וואס נידריגער. כ'מיין, א פאליטישער בילדער אימעיל ווערט א בלעטל צו שטופן אגענדעס, כ'האב מיך ממש געגרייט פאר'ן ערגסטן. כ'מוז זאגן אז נעמענדיג די אויסגאבע אין דער האנט האב איך מיך געטראפן איבערראשט און פון ארונישן פערספעקטיוו איז עס א הערליכער פראדוקט און פילט שוין איינמאל אן א חלל.

בחצרות פרעזענטירט א שענערע ווערסיע פון ארוניזם, אנגעהויבן מיט א פאקוס ארום דעם ברך משה זצ"ל (וועלכע איז א וואליד נאראטיוו און דער ברך משה איז נישט געווען ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס אין זיין גאטונג און זיין מורשה מעג און זאל ברענען) ווי דרוקן תורות און זכרונות; דער קאלום "פניני תורה" טוט קלוגערהייט אינגעידזשן מיט די טויזנטער אנגעשלאסענע אין די חבורות פון "תורתך" און "יסודי התורה" וואס איז זיכער פון די שענסטע זיטן פון דער קהלה.

בחצרות האט אויך אן אפטיילונג פון חסידישע נייעס מהנעשה והנשמע אין דער פארטיי, אבער געשריבן ווי קהלה נייעס דארף געשריבן ווערן, קורץ און צום פונקט. אן די איבערגעיורענע קעפלעך און אויסצגעצויגענע ארטיקלען בלעטער אויף בלעטער, נאר פשוטע נאטיצן, געשריבן מיט איידלקייט. אינעם גאנצן ביכל האב איך נישט געזען דערמאנען אויפ'ן מהר"א די פארשטינקענע שמואל ווידער "הגה"ק" טיטל אדער אנדערע סופערלאטיוון נאר איידל "כ"ק מרן רבינו שליט"א", ווי עס פאסט חסידים זאלן שרייבן. אפילו די בילדער זענען שיין סעלעקטירט, נישט בלויז קלאוז אפס פונעם אדמו"ר, נאר אויך פון פארשידענע פיליאלעס פון דער חסידות ווי אויך פון סתם עמך חסידים און גאסן פאטאגראפיע ווי חסידים ואנשי מעשה קלויבן זיך זייערע ד' מינים.

איין ארטיקל איז כמובן איבער ציונות אבער דוקא א קלאסישע סארט ארבעט אין גאנג פון די מאנומענטעלע על גאולתינו ווערק וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך נטרונא.

דער בארימטער בדחן, שליח ציבור און שריפטשטעלער הרב מרדכי דוד עסטרייכער שרייבט א קאלום מיט זיין נאמען.

אין ריכטונג פון סעלף העלפ און פאזיטיווע אידישקייט וואס איז היינט פאפולער, איז דא א קאלום מיט פראגן און ענטפערס ארום אמונה און בטחון דורכ'ן משפיע הרב עמרם כהן. -- אזא שריט איז זייער באגריסנדווערד. דאס ביכל היילייט די "חיינו" פראגראם פון קהלת מהר"א וואס איז געגרינדעט געווארן אלס ענטפער צו קרבתנו און זוכט צו פארשפרייטן פאזיטיווע אידישקייט.

הפולמוס קאלום זעט אויס צו דעקן אינטערעסאנטע קאפיטלען היסטאריע, און דיקא נישט דער קליווער גט אדער אנדערע קלישעי, נאר א הלכה'דיגע פולמוס איבער פארן מיט א באן אין שבת.

פון אן ארונישע קוק ווינקל פאר וועמען דער פראדוקט איז געצילט איז בחצרות א ברכה צו מאכן, ס'איז אידישליך, תורה'דיג, פאר יונג און אלט און איז קלאר אן ערזאץ פאר דער בלאט. אויפ'ן ערשטן בליק זעט עס אויס ריין פון אגענדעס אדער פאליטיק נאר דוקא עפעס וואס זוכט צו זיין אינהאלטסרייך. אויך געפינט זיך א שיינע אויסוואל פון ארטיקלען און אינטערוויוס.

יא, מ'קען נוצן אביסל בעסערע הגהה (בפרט ביי באריכטן, אזוי אויך די אריינפיר האט טייפאס) אבער באופן כללי איז עס שיין מוגה און שיין פרעזענטירט.

די צוויי באזונדערע אפטיילונגען טוען גענוי אלעס וואס זיי דארפן טון און קוועטשן די ריכטיגע קנעפלעך. די קינדער אפטיילונג האט קאמיקס,תורה'לעך און א געפינטלטע געשיכטע, די פרויען אפטיילונג אנטהאלט א רעצעפט, א פארזעצונג און א פרויערישע מחשבה ארטיקל.

די געשיכטע פון בויען די שול אין פערצן טעג איז זיכער עפעס ווערט צו באשריבן ווערן, ארויסשטעלן ר' יהושע מענדלאוויטש איז זיכער בכבוד'דיג און גיט א גוטן אימעדזש. א קליינע הערה, אין אריינפיר שיינט אז דער קאלום האט געזאלט הייסן "ימים מקדם" און איז געטוישט געווארן שפעטער צו בחצרות החסידים (טאקע א בעסערע נאמען), מ'דארף פשוט זיין קאהערענט. די גרויסע ווארט "מיר" אויף זייט 64 ווייס איך נישט זיין באדייט.

נאך א פראיעקט דערציילט איבער די סוכות אויפבוי ביי די סאטמארער רביים און זעט אויך אויס אינטערעסאנט פאר א סאטמארער חסיד.

דער בלאט איז די לעצטע יארן געווען אוט אוו טאטש פון יעדן הינזיכט. סיי עס האט נישט אנגעהאלטן די שמואל ווידער גייסט און סיי עס האט זיך נישט עוואלווד צו עפעס פאסיג פאר דער היינטיגער צייטגייסט. בחצרות ערפילט קלאר א חלל און שטעלט צו א שיינע, סאלידע, תורה'דיגע, תשפ"א'דיגע, מינוס-די-בני-ברק'ער-שייגעץ-ארויס-דרשה'דיגע ווערסיע פון ארוניזם, און עס שיינט ווי די רעדאקציע צילט צו רעספעקטירן דעם ליינער און גלייכצייטיג ארויסגעבן עפעס רייך אין אינהאלט.

כה לחי'.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר