ר' מענדל הערש פאנעט רעזיגנירט פון קינדליין

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 02, 2021 4:30 pm

קורקלענד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס איר באשולדיגט דא טעלעגאו אויף די פרט פון די רעקארדינג. ווי איך פארשטיי די מעשה האבן צוויי שותפים געמאכט א אקאונט מיט די פיטשער פון רעקארדינג. ביידע זענען 'אייניגע' שותפים, אזוי שרייט דאך פאנעט. נו, האבן ביידע צוטריט צו די רעקארדירונגען. פאנעט האט לכאורה געוויסט אז ער רעדט אויף א רעקארדירטע ליין. ער האט אויך געוויסט אז די שותף איז א 'אייניגע' בעל הבית מיט 'אייניגע'צוטריט.

יעצט אז ס'מאכט זיך א געראנגל אויף ווער ס'איז בעל הבית און טעלעגאו נעמט א צד, דאס איז שוין א אנדער געשעפט. אדער אויב וואלט ריינער געווען א פרעמדער פון די גאס וואס האט געהאט צוטועהן מיט קינדליין און אלס חבר מיט טעלעגאו וואלטן זיי איהם געגעבן צוטריט וואלט עס טאקע געווען אומריכטיג. אבער דעס איז נישט די מעשה דא.


די זאגסט דברים של טעם, ווי עס זעהט אויס האט פאנעטה בכלל נישט געוויסט פין דעם אז זיי רעקארדירן אלס.

כשלעצמי בין איך נישט קיין לויער, אבער דא האבן ביידע נישט געוויסט אז מען רעקארדירט, נישט פאנעטה נישט זיין ווייב.

ווען איינער טוט עס אין זיין ביזנעס, דארף ער מאכן זיכער אז די עמפלאיעס שרייבן אונטער אז זיי ווייסן אז אלעס איז רעקארדירט, אדער זאגט מען עס אויף דער ליין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

Re: ר' מענדל הערש פאנעט רעזיגנירט פון קינדליין

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מערץ 02, 2021 5:46 pm

אישתישבי האט געשריבן:
אין דעם פאל, היות קינדליין האט געהאט טעלעפאנען ביי טעלעגא, טענה'ט פאנעטה אז ריינער האט זעלבסט אויסגעהערט געשפרעכן צווישן אים און זיין ווייב, און ווען פאנעטה האט געוואלט אוועקגיין פין טעלעגא האט ריינער נישט געלאזט פארטען דער נומבער. און קינדליין האט געמוזט טוישען זייער נומבער און דערביי פארלוירען אסאך ביזנעס. דאס אלעס שטייט און זיין קאמפלעינט אין געריכט.

אויב איך קויף פאר פאנעט א סעלפאון איז די פראבלעם סאלווד, און ביזנעס איז בעק עז יוזועל?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 999
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1018 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 02, 2021 6:52 pm

קען זיין.

איך פארשטיי נישט דיין פאונט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך מה בכך » דינסטאג מערץ 02, 2021 8:40 pm

נאך אפאר דעטאלן פונעם קעיס.

ווי אויך טענה'עט צד פאנעט אז די עיקולים זענען נישט קיין סאך ווערד. די אנדערע צד פרובירט שוין וואכן צו באקומען עיקולים פון התאחדות און מכון להוראה און קיין שום נארמאלע בית דין האט זיי דערווייל נישט געגעבן, נאר ביד"צ נובארדוק, וואס טיילט לדעתם עיקולים פאר יעדעס קלייניקייט.
די פולווער פילט זיך און די לופטן
הכונו
בייגעלייגטע פיילס
photo_2021-03-02_18-42-53.jpg
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: ר' מענדל הערש פאנעט רעזיגנירט פון קינדליין

הודעהדורך moneyminded » דינסטאג מערץ 02, 2021 11:13 pm

טעלעבראד האט אועך אלע רעקארדינגס ,עס איז געווען א ברייט פארצווייגטע פאליטיק מעדה וואס קומט פון טעלעבראד רעקארדעט טעלעפאון קאללס ,ווער עס דענקט ,דענקט עס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מערץ 02, 2021 11:21 pm

moneyminded האט געשריבן:טעלעבראד האט אועך אלע רעקארדינגס ,עס איז געווען א ברייט פארצווייגטע פאליטיק מעדה וואס קומט פון טעלעבראד רעקארדעט טעלעפאון קאללס ,ווער עס דענקט ,דענקט עס

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אפשר זענט איר מזכה הרבים אין דערציילט פאר די וואס דענקען נישט?
טשאדעלע באדעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מערץ 02, 2021 11:37 pm

מה בכך האט געשריבן:נאך אפאר דעטאלן פונעם קעיס.

ווי אויך טענה'עט צד פאנעט אז די עיקולים זענען נישט קיין סאך ווערד. די אנדערע צד פרובירט שוין וואכן צו באקומען עיקולים פון התאחדות און מכון להוראה און קיין שום נארמאלע בית דין האט זיי דערווייל נישט געגעבן, נאר ביד"צ נובארדוק, וואס טיילט לדעתם עיקולים פאר יעדעס קלייניקייט.
די פולווער פילט זיך און די לופטן
הכונו

איינער קען מסביר זיין דא, וואס איז ריינער'ס טענה לגבי הונדערט סאיז דאך א נייע קאמפאניע? אין וואס האט פאנעט מורה צי זאגן אז ער איז א שתוף אין קינדליין?
טשאדעלע באדעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך מערץ 03, 2021 6:19 am

זיי האבן געהאט א אגרימענט אז ביידע שותפים זאלן נישט קענען עפענען א נייע מאגאזין אויב זיי טיילן זיך אפ, פאר ביז 3 יאר נאכדעם, דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס פאנעט וויל נישט הייסן א שותף.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 03, 2021 12:44 pm

פאנעטה האט איבערגעשריבן קינדליין אויף זיין ווייב'ס נאמען.

טאמער פלאנט ער צו געווינען דער דין תורה דורך טענה'ן אז ער מעג עפענען הונדערט נאר זיין ווייב טאר נישט, קען ער זיך צוגרייטען פאר א גרויסע פארלוסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 03, 2021 2:57 pm

דאס מאלן מענטשן, די בילדער? אזוי ווי טינטין? אדער איז דאס קאמפיוטערייזד? ווי שווער איז דאס און פארוואס איז עס אזוי פאפולער?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2892 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך מערץ 03, 2021 3:11 pm

.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2541
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 1:50 am

פאנעט האט געפעלטשט א הסרת עיקול
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210304_004851.jpg
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 613
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 498 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:16 pm

דער אמת איז אז דער עיקול מיינט מעיקרא גארנישט.

א. פאנעטה האט אינטערגעשריבן שטרי בירורין.

ב. בי"ד קען נישט באפעלן געשעפטען וואס צו טוהן. זיי זענען נישט קיין נתבע דא.

ג. א עיקול קען מען געבן ווען א תובע טענה'ט אז טאמער מען גיבט נישט א עיקול וועט ער ליידען א פארלוסט וואס מען קען נישט צוריק געבן, למשל איינער וויל איינווארפען א הויז, און א תובע טענה'ט אז עס איז זיין הויז, און טאמער ער ווארפט עס איין וועט ער פארלירן זיין הויז, אפילו אויב מען גייט אין דין תורה שפעטער. דא, דורך פארקויפן הונדרעט ליידט ריינער נישט קיין הפסד גארנישט, פארקערט, אויב איז ער גערעכט און איז א שותף אין הונדרעט צוליב דער אפמאך, מאכט ער זיך אליין שאדען דורך אן עיקול אויף הונדערט.

נאר וואס דען?

נאווהארדאק ווערט געפירט דורך איינער א עגימאניאק, וואס רעדט זיך איין אז ער איז א קונה הכל, און ער האט א דעה אויף אלעמען, און אז ער בחכמתו קען אלעס פיקסען. ראביי אלט האט שוין גארנישט דארט, און אויף אן עיקול וואס דער מנהיג דארט אין נאווהארדאק ווייסט אז עס איז ליידיגער עיקול, קלעבט ער ארויף ראביי אלט'ס נאמען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 6:22 pm

נישט טראָלן.
מנהל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2099
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג מערץ 05, 2021 1:15 am

.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

Re: ר' מענדל הערש פאנעט רעזיגנירט פון קינדליין

הודעהדורך moneyminded » פרייטאג מערץ 05, 2021 1:19 am

אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז דער עיקול מיינט מעיקרא גארנישט.

א. פאנעטה האט אינטערגעשריבן שטרי בירורין.

ב. בי"ד קען נישט באפעלן געשעפטען וואס צו טוהן. זיי זענען נישט קיין נתבע דא.

ג. א עיקול קען מען געבן ווען א תובע טענה'ט אז טאמער מען גיבט נישט א עיקול וועט ער ליידען א פארלוסט וואס מען קען נישט צוריק געבן, למשל איינער וויל איינווארפען א הויז, און א תובע טענה'ט אז עס איז זיין הויז, און טאמער ער ווארפט עס איין וועט ער פארלירן זיין הויז, אפילו אויב מען גייט אין דין תורה שפעטער. דא, דורך פארקויפן הונדרעט ליידט ריינער נישט קיין הפסד גארנישט, פארקערט, אויב איז ער גערעכט און איז א שותף אין הונדרעט צוליב דער אפמאך, מאכט ער זיך אליין שאדען דורך אן עיקול אויף הונדערט.

נאר וואס דען?

נאווהארדאק ווערט געפירט דורך איינער א עגימאניאק, וואס רעדט זיך איין אז ער איז א קונה הכל, און ער האט א דעה אויף אלעמען, און אז ער בחכמתו קען אלעס פיקסען. ראביי אלט האט שוין גארנישט דארט, און אויף אן עיקול וואס דער מנהיג דארט אין נאווהארדאק ווייסט אז עס איז ליידיגער עיקול, קלעבט ער ארויף ראביי אלט'ס נאמען.
איך באלעק מיר די פינגערס פון וואס די שרייבסט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס די האט האסט מיט פאנעט אדער קינדליין, אבער טאמער זעסטו אז הונדערט גייט אינטערגיין אדער ווייט פין זיך אויסארבעטען , וועסטו קענען נעמען די קרעדיט , די כאפסט נישט אז די טראגסט אריין אין בלאטע אויף א פובליק פארום די גאנצע זאך.


Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג מערץ 05, 2021 9:03 am

moneyminded האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז דער עיקול מיינט מעיקרא גארנישט.

א. פאנעטה האט אינטערגעשריבן שטרי בירורין.

ב. בי"ד קען נישט באפעלן געשעפטען וואס צו טוהן. זיי זענען נישט קיין נתבע דא.

ג. א עיקול קען מען געבן ווען א תובע טענה'ט אז טאמער מען גיבט נישט א עיקול וועט ער ליידען א פארלוסט וואס מען קען נישט צוריק געבן, למשל איינער וויל איינווארפען א הויז, און א תובע טענה'ט אז עס איז זיין הויז, און טאמער ער ווארפט עס איין וועט ער פארלירן זיין הויז, אפילו אויב מען גייט אין דין תורה שפעטער. דא, דורך פארקויפן הונדרעט ליידט ריינער נישט קיין הפסד גארנישט, פארקערט, אויב איז ער גערעכט און איז א שותף אין הונדרעט צוליב דער אפמאך, מאכט ער זיך אליין שאדען דורך אן עיקול אויף הונדערט.

נאר וואס דען?

נאווהארדאק ווערט געפירט דורך איינער א עגימאניאק, וואס רעדט זיך איין אז ער איז א קונה הכל, און ער האט א דעה אויף אלעמען, און אז ער בחכמתו קען אלעס פיקסען. ראביי אלט האט שוין גארנישט דארט, און אויף אן עיקול וואס דער מנהיג דארט אין נאווהארדאק ווייסט אז עס איז ליידיגער עיקול, קלעבט ער ארויף ראביי אלט'ס נאמען.
איך באלעק מיר די פינגערס פון וואס די שרייבסט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס די האט האסט מיט פאנעט אדער קינדליין, אבער טאמער זעסטו אז הונדערט גייט אינטערגיין אדער ווייט פין זיך אויסארבעטען , וועסטו קענען נעמען די קרעדיט , די כאפסט נישט אז די טראגסט אריין אין בלאטע אויף א פובליק פארום די גאנצע זאך.


Sent from my SM-G960U using Tapatalk


וועל איך דיר זאגן פונקטליך וואס איך האב צו פאנעטה אדער קינדליין, גארנישט.

פערזעהנליך האב איך ליב דער אנדערדאג, און איך האב אויך ליב צו קענען קובע זיין ווער עס איז דער אנדערדאג.

אין דער פאל, זעה איך ווי פין איין זייט איז דא א שיינער אויסגאבע מיט א שטאב פין העכער צוואנציג מענטשן וואס ארבעטען עס ארויסצוגעבן (געוועהן אמאהל חול המועד), און א שותף וואס זוכט זיך משתלט צו זיין מער ווי זיין שותפות, און הרג'נען דער גאלדענע קאטשקע.

אין אמת, איז קינדליין נישט קיין גרויסע געלט ברענגער, דער ארבעט וואס גייט אריין דעקט זיך אפשר, און די צוויי שותפים קענען ארויסנעמען אביסעל פרנסה. און דא קומט א געלט גייציגער, וואס זוכט נאר צו קענען ארויסקוועטשען אפאר דאלאר, און דרוקט און קוועטשט ביז עס וועט אים געלונגען צו הרג'נען די גאנצע זאך.

און ער גייט ארום שרייען ווי א קאזאק הנגזל ווען דער גאנצער סטעף אנטלויפן פין אים, און ער פארשטייט נעבעך נישט פארוואס.

קיינער איז נישט אינטרעסירט אין אים, ווילסט שטיין אין דער זייט און נעמען וואס עס קומט דיר, געזונטערהייט, אבער די ווילסט דאך נאר שטערן. ווען נישט האסטו נישט אגאנצע שטאב וואס אנטלויפן.

און ממילא ווען איך זעה, ווי אפאר טוויטער שרייבערס לייגען עס אראפ כאילו ער איז גערעכט, פראביר איך אריין צו קנאקען אביסל סענס אין דער זאך, אז מענטשן זאלען נישט זיין גאליבעל, גלייב נישט אלעס וואס די זעהט פאר פעיס וועליו, עס איז דא מער צו דער זאך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 05, 2021 10:05 am

נישט טראָלן.
מנהל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2099
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

הודעהדורך פערינא » פרייטאג מערץ 05, 2021 10:23 am

בערך א יאר צוריק האב איך געדארפט א היתר ערכאות פון בית יוסף. דער רבי אלט האט עס גענומען זייער ערנסט. יא ער איז נישט וועלט'ס חכם, אבער ער פירט זיין בית דין מיט א ערנסקייט.

ווידער אמאל רב קעניג איז דאך אן אויסגעשפראכענער גענגסטע. כידוע לכול.

סתם אזוי שוין איך נישט קיין איין ארבייטער/ארבייט שותף וואס פארעקלט זיך פון זיין געלט שותף און ער וויל גיין און קאמפעטישן מיט אים. געפעלט דיר נישט? גיי זיך דיר א נייע פאך. זיין געלט איז דיר גוט געווען בשעתו? האסט געחתמעט א none compete? טרעף א צווייטע געשעפט.

א נעבעך אויף די גאנצע חברה. א שטורעם אין א גלאז וואסער. ברויט מיט פיטער, דאס גאנצע געשעפט.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג מערץ 05, 2021 1:10 pm

באקומען פריוואט פון איינער וואס האט געארבעט אין קינדליין:

אישתשבי רעדט אזעלכע שטותים.

ריינער איז א גלייכער שותף אין קינדליין, אבער נישט א שותף וואס איז געווען אינוואלווד, נאר א געלט שותף. פאנעט האט אלעס געפירט און ריינער האט אינוועסטירט דאס געלט.

דאס אז אלע שרייבערס גייען מיט פאנעט איז נישט קיין טענה, ווייל ריינער האט גארנישט געהאט מיט די אויסגאבע זעלבסט, ער איז נאר געווען א געלט שותף.

ריינער טענה'ט אז מ'האט אים אויסגעשפארט פון די קאנטעס און ער האט נישט באקומען זיין גאנצער טייל אלס שותף, בין איך נייגעריג אויב יש דברים בגוי. דאס אז ער זוכט זיך משתלט צו זיין האב איך נישט געזען, נאר אז פאנעט זוכט אים ארויסצורוקן פון זיין טייל שותפות.

לגבי הונדערט, ווי איך פארשטיי האלט ריינער ער וויל פארקויפן קינדליין אדער טרעפן א שותף, און אדאנק הונדערט קען ער עס נישט טרעפן ווייל ס'דא קאמפעטישאן. דאס איז א לעגאטימע טענה לענ"ד. נאכדערצו אז פאנעט האט זיך מקבל געווען נישט צו עפענען אזא מאגאזין פאר דריי יאר.

ווער ס'קען פאנעט ווייסט אז ער איז נישט קיין גלייכער מענטש, מילד גערעדט. איינער זאגט מיר גאר אז זיין אנטלויפן פון אנטווערפן האט אויך געהאט א שייכות מיט א געלט פרשה. וכו'.

איך זוך נישט סתם צו בארעדן אידן, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי איינער שרייבט מיט אגענדעס.... הצלחה.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 613
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 498 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 05, 2021 1:19 pm

איך בין נישט קיין גרויסע תשבי פען אבער מפיל קינד'ס הודעה זעהט אויס מער אגענדע געטריבן ווי תשבי'ס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1537 מאל

הודעהדורך yesiknow » פרייטאג מערץ 05, 2021 1:27 pm

It's getting very hot and personal in here it's time to move on
יעדער איז גערעכט פאנעט ריינער תשבי מפיל קינד
והעיקר שכחתי שגם אישתי צודקת
yesiknow
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » פרייטאג מערץ 05, 2021 5:45 pm

פון דאס ביסל וואס איך בין געוואויר געווארן, מיין איך אז די פאלגענדע נקודות זענען ריכטיג:

1. ריינער מיט פאנעט רייבן זיך שוין פאר איבער א יאר, און מער שמוציג שוין אפאר חדשים. פאנעט טענה'ט אז ריינער האט אים פרובירט אויסצושווינדלען עטליכע מאל און בא'גנב'נען געלטער, און ער קומט אפיציעל אין קאורט מיט די צעטלעך פאר דעם. ריינער טענה'ט אז ס'איז שקר וכזב, און פאנעט זוכט סתם א וועג ארויס פונעם שותפות (וואס אויב ריינער איז א גנב, קען ער ארויסבעקן).

2. פאנעט האט אויפגעוויזן, אז ריינער האט געוואלט - אדער האט פאקטיש אדורכגעפירט - אריינשטעלן נאך א איד אלס שותף אינעם ביזנעס, און יענער וועט קריגן שעירס פון ריינער'ס חלק. דער יעניגער, א באקאנטער מענטש וואס כ'וויל נישט פורט בשמו זיין, איז איינער וואס האט באשווינדלט היימישע אידן מיט צענדליגע מיליאנען דאלארן, אין א פרשה וואס האט אויפגעריסן נישט צו לאנג צוריק. פאנעט טענה'ט אז ער האלט נישט ביים מסכים זיין אריינצונעמען אזא פארשמירטע נאמען אלס שותף, דערצו אז אפשר אפשר וועט יענער טרעפן א וועג עס איבערצוטון. די דאזיגע נקודה איז נאכגעפארשט און באשטעטיגט (כ'מיין אז ריינער טענה'ט אז ס'איז נישט זיין ביזנעס ווייל ס'איז ריינער'ס חלק)

3. די גאנצע סטעף איז אריבער צו פאנעט, און ס'איז ריכטיג אז די הויפט סיבה איז פשוט ווייל ער פירט פאקטיש אן די טעגליכע אפעראציעס און ריינער נישט. אבער דאס איז נישט די גאנצע סיבה. לו יהא אז פאנעט אז טאקע אזא שווערע מענטש און א גנב, וואלטן אסאך שרייבערס נישט אריבער צו אים און וואלטן געזוכט אן אנדערן אויסוואל. זיינע שרייבערס זענען די בעסטע אין די מארקעט און וואלטן געוויס געטראפן שרייבארבעט וואו אימער. נאכמער, ריינער רופט געוויסע איינגעשטעלטע צו ד"ת - לפחות געשיקט הזמנות האט ער - און זיי וואלטן באמת געקענט טרעפן א וועג ארויס פון די בלאטע, אויב זיי האלטן טאקע אז פאנעט איז ראנג צי סתם א שווערע מענטש.

4. דאקומענטן צייגן אז פאנעט האט געוואלט אויסקויפן ריינער, נאכן זען אז זיי קומען זיך נישט אדורך. די פרייז פארן בלייבן מיטן קינדליין האט זיך געהאלטן אין איין הייבן, וויבאלד ריינער האט דא געזען א גאלד-מינע. די פרייז איז ארויף ביז איבער א מיליאן דאלער, ווען פאנעט האט געזען אז ס'האט נישט קיין פשט צי פרובירן גיין אויף דעם מהלך ווייל ריינער רוקט פשוט ארויף די פרייז יעדן טאג. חוץ מזה, האט ריינער - ווילאנג ס'האט זיך נישט געהאנדלט פון קיין הונדערט - געשלעפט די צייט און געוויזן אז ער זוכט בכלל נישט צו ווערן אויספארקויפט, וויסנדיג אז נאר ווילאנג פאנעט בלייבט זיין שותף מאכט ער געלט.

5. ביידע האבן אפיציעל געסיינט שטרי בירורין ביי רא"ב ראזנבערג (געפירט באבובע ד"ת), און די ד"ת דארף זיך אפיציעל אנהייבן נעקסטע וואך. די ביז יעצטיגע ב"ד, היינו גאלאנטער רב, האט זיך אפגעזאגט פון פירן די ד"ת וויבאלד די שותפים זענען זיך נישט אדורכגעקומען איבער ווער עס זאל בכלל קומען אין בי"ד. עכ"פ דאס איז די אפיציעלע ווערסיע.

6. צווישן נאווארדעק און יאקע, זאלן מיר אלע מוחל זיין אבער דער ערשטער הייסט דער אפיציעלער פורים רב בי"ד פון ב"פ, וואו יעדער קען קריגן א צעטל (באלד גייט איינער נאך פאכן מיט א "צעטל" פון ר' יהושע גליק, דער טשיקאווער עילוי פון פלעטבוש). דער צווייטער איז טאקע א חברה'מאן, אבער איז א געהעריגע נארמאלע טוען/בורר/בי"ד און נישט די עמטליכע פורים בי"ד פון שטאט.

7. צי שרייבן א צעטל אז מ'איז מעקל אלעס פון הונדערט, ווען ס'איז שוין דא א באשטימטע דעיט פאר ב"ד הרב ראזנבערג, און שוין נאכן זיך שטעלן פאר גאלאנטער רב (און קריגן צעטלעך פון געוויסע רבנים אז ער מעג אפילו גיין אין ערכאות), פרעגט מער אויף נאווארדעק ווי אויף פאנעט. לדעתי העני'.

8. אין קאורט טענה'ט פאנעט, אפיציעל מיט באווייזן, אז ריינער האט אים געהעקט די אימעיל, אונטערגעהערט טעלעפאנען, און געטון אזעלכע שייגעץ שטיק וואס בארעכטיגן צו גיין אליינס.

9. פאנעט טענה'ט אז ער האט געזוכט צו שליכטן די זאך בדרכי נועם אויפן בעסטן פארנעם, שטילערהייט, און האט בכלל נישט געזוכט צו עפענען א נייעם קאנקורירנדן אויסגאבע, נאר ריינער האט בשום אופן נישט געוואלט מסדר זיין די זאך, גלייבנדיג אז ער קען האלטן פאנעט ביים קארג שלא כרצונו און פאנעט וועט זיך נישט וואגן צו גיין אליינס. צי ער זאגט אמת צי נישט, ווייס איך נישט, אבער איין הנחה האב איך יא געהאט פון אנהייב הערן די פרשה - פאנעט מוז האבן אנגעקומען צום מצב פון באו מים עד נפש צו דעסיידן ארויסצופוצן פון קינדליין און אנהייבן פון פריש.
ער איז נישט קיין געלט שותף וואס זוכט נאר א גרינגער גראשן, ווי ריינער זוכט. ער איז אן ארטיסט, דער מח און קאפשטיק אונטער קינדליין. ער האט געאטעמט קינדליין מיט אלע זושאלעס למיניהם, ער האט ארויסגעגעבן די שפילצייגן און כלערליי טשאטשקעס מיטן קינדליין סימבאל. דאס איז געווען זיין לעבן און מהות. ארויסצוגיין פון דעם ברענד און אנהייבן פון פריש, קומט נישט צוליב נארישע געלטער דיפערענצן סיידן די מצב האלט אזוי ווייט אז ס'איז שוין אוממעגליך אוועקצוקוקן. לדעתי געט דאס די מערסטע קרעדיביליטי צו אים אין זיין ווערסיע.
דערצו ווען ריינער ארבעט מיט טעראר, און אנשטאט זיין פארנומען אנצוהייבן קינדליין פון פריש - א זאך וואס כ'גלייב שווער אז ער קען עס טון - פרובירט ער נאר אונטערצוהאקן פאנעט. דערצו ווען די טעראר איז אזוי נאריש, אז אנשטאט זיך פארלייגן נאר אויף פאנעט ווילדעוועט ער אויך אקעגן זיין סטעף און שיקט זיי הזמנות לד"ת, וואס טראגט אזא פנים ווי די מצה גזולה אפאראטן בימיהם.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 430
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » מוצ"ש מערץ 06, 2021 5:49 pm

אישתישבי האט געשריבן:אין אמת, איז קינדליין נישט קיין גרויסע געלט ברענגער, דער ארבעט וואס גייט אריין דעקט זיך אפשר, און די צוויי שותפים קענען ארויסנעמען אביסעל פרנסה. און דא קומט א געלט גייציגער, וואס זוכט נאר צו קענען ארויסקוועטשען אפאר דאלאר, און דרוקט און קוועטשט ביז עס וועט אים געלונגען צו הרג'נען די גאנצע זאך.

פאנעט האט אפאר יאר צוריק ביי א שבת 'מקימי' וואס איז געלויפן אינטערן נאמען 'שבת קינדליין' געטנה'ט אז ער פארדינט כמעט גארנישט פון די גאנצע געשעפט!
ער זאגט אז ער מאכט צוריק די געלט צו קענען באצאלן זיינע ארבעטער'ס/שרייבער'ס און דעט''ס אי"ט, ער טוט עס נאר פאר זיין פריוואטע סיפוק! (פארדעם דארף ער אין גרעסערע אויסגאבע'ס לייגען מער עד'ס, כדאי זיך צו קענען דעקן.)
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » מוצ"ש מערץ 06, 2021 10:14 pm

ארי נוהם האט געשריבן:9. פאנעט טענה'ט אז ער האט געזוכט צו שליכטן די זאך בדרכי נועם אויפן בעסטן פארנעם, שטילערהייט, און האט בכלל נישט געזוכט צו עפענען א נייעם קאנקורירנדן אויסגאבע, נאר ריינער האט בשום אופן נישט געוואלט מסדר זיין די זאך, גלייבנדיג אז ער קען האלטן פאנעט ביים קארג שלא כרצונו און פאנעט וועט זיך נישט וואגן צו גיין אליינס. צי ער זאגט אמת צי נישט, ווייס איך נישט, אבער איין הנחה האב איך יא געהאט פון אנהייב הערן די פרשה - פאנעט מוז האבן אנגעקומען צום מצב פון באו מים עד נפש צו דעסיידן ארויסצופוצן פון קינדליין און אנהייבן פון פריש.
ער איז נישט קיין געלט שותף וואס זוכט נאר א גרינגער גראשן, ווי ריינער זוכט. ער איז אן ארטיסט, דער מח און קאפשטיק אונטער קינדליין. ער האט געאטעמט קינדליין מיט אלע זושאלעס למיניהם, ער האט ארויסגעגעבן די שפילצייגן און כלערליי טשאטשקעס מיטן קינדליין סימבאל. דאס איז געווען זיין לעבן און מהות. ארויסצוגיין פון דעם ברענד און אנהייבן פון פריש, קומט נישט צוליב נארישע געלטער דיפערענצן סיידן די מצב האלט אזוי ווייט אז ס'איז שוין אוממעגליך אוועקצוקוקן. לדעתי געט דאס די מערסטע קרעדיביליטי צו אים אין זיין ווערסיע.
דערצו ווען ריינער ארבעט מיט טעראר, און אנשטאט זיין פארנומען אנצוהייבן קינדליין פון פריש - א זאך וואס כ'גלייב שווער אז ער קען עס טון - פרובירט ער נאר אונטערצוהאקן פאנעט. דערצו ווען די טעראר איז אזוי נאריש, אז אנשטאט זיך פארלייגן נאר אויף פאנעט ווילדעוועט ער אויך אקעגן זיין סטעף און שיקט זיי הזמנות לד"ת, וואס טראגט אזא פנים ווי די מצה גזולה אפאראטן בימיהם.

די תגובה ברענגט ארויס צד פאנעט, איך בין נייגעריג די ריינער'ס טענות, וואס איז לעת עתה נישט פובליק. איך ווייס נישט פארוואס, קען זיין ער זוכט צו ארבעטן הונטער די קוליסן בעת וואס פאנעט מוז פארקויפן פאר זיינע קאסטומערס די סטארי אונטער זיין פראדוקט.

דאס אז פאנעט איז ארויס פון קינדליין מוז נישט זיין אז דאס איז וועגן ריינער איז א קרומע מענטש, עס קען אויך מיינען אז ער האט געזען אז ער האט נישט קיין וועג צו געווינען קעגן ריינער. איך קען נישט די מעשה, איך זאג נאר אז שפעקולאציעס קענען גיין ביידע וועגן...

האט איינער דא געארבעט אדער אמאל געהאנדלט מיט פאנעט? איך זוך נישט צו בארעדן קיינעם, אבער מ'נעמט זיך דא אן פאר א קרומע מענטש - עקארדינג צו מיין אינפא וואס איך האב געהערט פון געוועזענע ארבעטערס און משפחה קרובים, און מ'רייסט אראפ זיין שותף פון הערן איין זייט מעשה.

ריינער'ס מערכה איז נישט בעיקר אויף געלט, נאר אויף ניצחון כמובן. קיינער וויל נישט זיין קיין לוזער און זיך טרעפן אינדרויסן פון א סוקסעס סטארי.

דאס אז ריינער שיקט הזמנות פאר ארבעטער איז טאקע מאדנע, אבער איך האב גראדע נישט געזען אז קינדליין זאל בכלל האבן די בעסטע שרייבערס. נישט איינהארן און נישט וועבער האבן מיר אנטצידקט. שיינע קאמיק מעלער האט ער יא, אבער ווייט פון טאפ קוואליטי שרייבערס ווי מאמענט האט.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 613
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 498 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט