דער "רעיטינגס" קאמף אין אמעריקאנער מידיא

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

דער "רעיטינגס" קאמף אין אמעריקאנער מידיא

שליחה דורך עס עפעס »

אין די אמעריקאנער מידיא גייט אן א נאכאנאנדע קאמף איבער רעיטינגס, דאס הייסט וויפיל מענטשן עס האלטן מיט די נייעס פראגראמען און אנדערע שאוס וכדו' וואס ווערן געוויזן. עס זענען דא באזונדערע אגענטורן און מידיא גרופעס וועלכע זענען געשטעלט אויף צו אנאליזירן די רעיטינגס פון יעדע שאו אויף יעדע נעטווארק, און באזונדער זענען דא גאנצעטע וועבסייטס געשטעלט בלויז אויף דעם.

אויב איז עס א נייעס שאו, ציהלט מען דערמיט מער ווייניגער אמעריקאנער פאמיליעס; אויב איז דאס א שאו פון פאליטישע אנאליזן, וועט דאס ציהלן מער די מענטשן אין זייערע הויכע 20'ער יארן און ארויף, און אנדערע טעלעוויזיע שאוס, ווי די אלע דראמאס וכו וכו, וועלן ציהלן די וויכטיגסטע די מענטשן צווישן 18 און 34.

ס'איז א לענגערע מעשה מסביר צו זיין דער דיפערענץ פון די פארשידענע רעיטינגס, און די דיפערענצן צווישן קעיבל רעיטינגס און נעטווארק רעיטינגס. אויב עמיצער האט צייט און געדולד, זאל ער דאס אפשרייבן קלאר ביטע און ארויפשטעלן אז דער ציבור זאל הנאה האבן.

די סיבה פארוואס עס גייט אן פאר די נעטווארקס וויפיל מענטשן עס האלטן מיט זייערע פראגראמען איז פשוט: טעלעוויזיע סטאנציעס מאכן געלט דורך די אדווערטייזמענטס וואס שפילן אינמיטן זייערע פראגראמען, און אויב קוקן ווייניג מענטשן די שאוס, וועלן אדווערטייזער נישט זיין גרייט צו שפענדן צופיל געלט. דערפאר זענען די מענטשן פון 18 ביז 34 יאר דאס מערסטע געצילט דורך טעלעוויזיע סטאנציעס, וויבאלד זיי זענען די וואס קויפן איין דאס מערסטע אין אלע סעקטארן פונעם אמעריקאנער קאנסומער מארקעט.

אצינד איז אין די נייעס אז ען. בי. סי. -וועלכע האט פארמאגט די עקסקלוסיווע רעכטן צו שפילן די לאנדאנער אלימפיק שפילן אין אמעריקע- האט באוויזן צו ברעכן א רעקארד מיט'ן זיין די מערסט-געקוקטע אלימפיק שפילן זינט די מאנטרעאל אלימפיקס אין 976'. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין די אלימפיק שפילן וועלכע זענען פארגעקומען עטליכע מאל שוין אין אמעריקע.

-----

אין דעם אשכול זאל דער ציבור ארויפשטעלן נייעסן איבער די רעיטינגס קאמף אין די מידיא.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר