אשריכם גיבורי חיל: א געזאנג פאר די אויסגאבעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אשריכם גיבורי חיל: א געזאנג פאר די אויסגאבעס

שליחה דורך העניך »

ס'איז דורך א יו"ט בצילא דמהימנותא, ווען מיר אלע האבן זיך ב"ה אָנגעשעפּט מיט פרישע כוחות ברוחניות ובגשמיות פאר'ן נייעם יאר. הייליגע טעג, ליכטיגע מצוות, שטראלן פון ליבשאפט פונעם אויבערשטן צום כלל ישראל. יעדער אידישער מאמע און טאטע זענען העלדן נאך אזא יו"ט. קאכן, באקן, צושטעלן, און צוגרייטן. זיך אפגעבן מיט די קינדער, דערציילן און איבערגעבן – דאס אלעס באגלייט ווייטער לנצח נצחים.

באזונדער קומט א דאנק פאר די רבנים און קהילות וואס ארבעטן שווער אין די חדשים, און שטעלן צו פאר'ן ציבור פילע סערוויסעס ברוחניות ובגשמיות. נאכדעם זענען דא די געשעפטסלייט וואס ס'איז טאקע זייער סעזאן, אבער דאך ארבעטן זיי ביטער שווער אין די וואכן זיך צוצוגרייטן צום יו"ט, און מ'קען זאגן אז אן זייער הילף וואלטן מיר נישט געקענט צוגיין צו א יו"ט מיט אזא הרחבת הדעת.

אבער ספעציעל וויל איך מיך אפשטעלן פאר די ראשים ועורכים פון די פילצאליגע אויסגאבעס מיט וואס מיר זענען געבענטשט. עס איז נישט קיין סוד ווי ביטער שווער ס'איז ארויסצוגעבן אן אויסגאבע, און וויפיל צער און עגמת נפש יעדער רעדאקטאר און שרייבער גייט דורך צו זען אפילו נאר איין אויסגאבע ארויס פון דרוק. אפגעזען פון דעם פאקט אז זיי האבן נישט קיין מינוט מנוחה, און מ'קוקט זיי כסדר נאך, און יעדעס ווארט ווערט דורכגעטון, סקרוטיניזירט, און אויסגעצאפט דורך פארביסענע און שלעכטע לייט. אפגערעדט פון די קיתונות של שופכין וואס ווערט געגאסן אין זייער ריכטונג יעדן מעת לעת פון יאר, וואס ס'פארלאנגט זיך א חכמה עילאי צו קענען מאנעוורירן דעם עם קשה עורף און די כסדר'דיגע אטאקעס.

מ'קען האבן טענות ומענות אויף יעדער אויסגאבע, און אפילו ריכטיגע טענות. אבער הצד השוה שבהן אז יעדע אויסגאבע האט דעם יו"ט דעליווערט א פעקל פון חומר וואס האבן מחיה געווען אידישע קינדער. דער מעלות מיט זיינע פרומע מחשבה'דיגע ארטיקלען, ליכטיגע היים מיט זיינע ערליכע און תמימות'דיגע באשרייבונגען, דער אינטערעסאנט מיט זיין רייכער אידישער היסטאריע, דער בליק מיט בילדער און אויסגאבעס פאר ערוואקסענע און קינדער, די וואך מיט דיקע פראיעקטן און אויסגאבעס, קינדליין מיט פילע ביכלעך און פארברייטערטע פראיעקטן, הונדערט מיט מומחיות און פארשטאנד פאר קינדער, קינדערליך מיט צענדליגער בלעטער קאמיקס, בחצרות סאטמאר מיט רייכע סאטמארער ארטיקלען און פראָפילן, דער וועקער אנגעשטאפּט מיט אריגינעלע און פרעצעדענטלאזע מאמרים, דער בלאט מיט ביילאגעס און פראיעקטן, דער איד מיט גלאָסישע מאגאזינען און פראפעסיאנאליזם, די צייטונג מיט סאלידע טראדיציאנאלע מאטעריאלן, אותיות מיט זיין יום-טוב'דיגער גייסט, מאמענט מיט גאלדענע און טיפע ארטיקלען און פראיעקטן צוזאמען מיט די רייכע לבלר און נפשי.

אלע האבן דעליווערט!

יא, יעדער רעדאקטאר האט אויסגעשוויצט אומצאליגע שלאפלאזע נעכט צו דעליווערן זייער אויסגאבע. יעדער שרייבער האט אריינגעלייגט כוח און מחשבה אין זיינע ארטיקלען. קיין איין אויסגאבע האט זיך נישט איינפאך ארויסגעשאקלט פון ארבל. יעדע אויסגאבע איז ארויסגעקומען נאך פיל פלאג און מי און נאך חדשים פון פלאנירונגען. אפילו די סאמע שוואכסטע פון די אלע אויסגאבעס איז אויף א העכערן שטאפל ווי סיי וואס די היימישע מארקעט האט געהאט פאר דרייסיג יאר צוריק. כל שכן די בעסערע און רייכערע אויסגאבעס וואס זענען אויף א שטאפל וואס מ'האט זיך אמאל נישט געקענט פארשטעלן אין ווילדסטן חלום.

א דאנק רעדאקטארן! א דאנק אלע שרייבערס! מיר שעצן אייך און מיר זענען דאנקבאר פאר דעם עונג וואס איר האט אונז געגעבן דעם יום טוב.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר