פאלשע נייעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

פאלשע נייעס

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אן א שיעור איז שוין געשריבן געווארן, דעבאטירט און אנאליזירט געווארן, אויב די אלגעמיינע מידיע זאגט נארמאל "די נייעס" און נאר פון מאל צומאל פאלט זי אריין מיט אומריכטיגע אינפארמאציע אדער בייעס, אדער ניין, די אלגעמיינע מידיע איז דא צו שטופן אגענדעס, און די נייעס איז בלויז א טפל.

אין די פארלאפענע פאר טאג האט זיך אפגעשפילט 2 עפיזאדן, ביידע ארויס פון וויסקאנסין.
איינס: א לאנג פארצויגענע געריכט קעיס איבער רציחה פון 2 מענטשן האט זיך גענדיגט.
צוויי: אן אנגעבליכער רוצח האט אריינגעריסן אין א מאסע מענטשן, הארגענדיג לכה"פ 5 און פארוואונדענדיג פיל מער.

די קלארע חילוק צווישן די 2 מעשיות:
די ערשטע איז פארגעקומען אינמיטן העפטיגע ראיאטן, ברענעדיגע בנינים און א טענה פון סעלף דיפענס.
די צווייטע רציחה איז פארגעקומען גענצליך אומפראוואקט, אינמיטן א פרידליכער מארש.

די ערשטע האט (אפילו בעפארן דורכגיין א געריכט פראצעס) געברענגט הונדערטער שעות מידיע דעקונג פון טענות אויפן אנגעבליכן רוצח, שעלווס געשרייבאכצער, און בערג מיט טענות אויף פארשידענע מענטשן/אידיאלאגיעס וואס טראגן די אחריות אויף וואס דער אינג האט געטוהן.
די צווייטע -זאג איך נביאות... וועט נישט באקומען אפילו א פערטל פון די דעקונג! (משחרב... נביאה לשוטים...)

אויב וועט זיך אויסשטעלן אז איך בין גערעכט, און Derrel E Brooks וועט נישט ווערן אזא Hot טאפיק ווי Kyle Rittenhouse דאן קען מען איינמאל פאר אלעמאל סעטלען די נושא..
ס'וועט זיך ארויסווייזן צום וויפלטן מאל, אז די מידיע'ס ענדגילטיגע ציל איז "נישט נייעס", נאר די נייעס פארציילעריי איז בלויז א טפל צו זייער עיקר ציל פון שטופן נעראטיווס.

זעלבסט פארשטענדליך אז מיין טענה איז נאר אויף די "אלגעמיינע" מידיע (וואס פארופן זיך נייטראל), לינקע אדער רעכטע קאנאלן איז פארשטענדליך אז זיי וועלן שטופן נאר וואס לוינט זייער אפענע אגענדע.

ווי אויך איז זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע זאך איז נאר געזאגט געווארן אויב (ווי ס'זעהט דערווייל אויס..) דער איצטיגער אנגעבליכער רוצח איז טאקע שווארץ, און שטיצט די BLM מאוומענט, אויב אבער מען וועט קענען אנקלעבן אויף אים די מינדסטע שייכות צו טראמפ אדער די רעכטע אין אלגעמיין, איז פשוט אז די קעיס וועט באקומען די זעלבע דעקונג ווי Kyle.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר