"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:42 pm

שקויעך קארל!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:49 pm

קארל האט געשריבן:עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.


גוט ארויסגעברענגט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך עס עפעס » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:52 pm

לאמיר אוודאי נישט פארגעסן אז אין די זעלבע צייט פון דער איד'ס אטאקעס און פולע זייטן מיט פאליטיק, האט דער בלאט די וואך די ערשטע בלעטער ברייט געדעקט דעם העלט קעיר אורטייל, מיט פארשידענע אינטערעסאנטע באקסעלעך און אינפארמאציע
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:53 pm

איך גלייב אז דער איד האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט זייערע באריכטן איבער נאציאנאלע און וועלטליכע נייעס'ן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך עס עפעס » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:55 pm

עס שרייבט מיר איינער אין אישית אז ער ווייסט פאר א פאקט אז מיין "אטאקע אז ארטיקלען גייען אריין [אין דעם 'בלאט'] אן קיין הגהה איז טאטאל פאלש." ער שרייבט אז "יעדעס ווארט ווערט איבערגעקוקט דורך כאטש איין מגיה און צומאל מער."
נו, דאס וואס איך האב געשריבן אז "דער בלאט" איז נישט מגיה זייערע ארטיקלען ווייס איך נישט פאר א פאקט, איך בין דאך נישט איינגעשטעלט דארטן, איך קען נאר רעדן פון דעם אימפרעשאן וואס "דער בלאט" גיט. עס וואונדערט מיר, צום ביישפיל, וועלכער מגיה האט דורכגעלאזט די Obama Farting Doll, וואס איז אויבן צוגעברענגט געווארן. אין לויף פון די יארן האב איך שוין געשיקט א סך בריוו און ארטיקלען צו אלע רעדאקציעס, און זייער הגה האב איך געזען בחוש. בעת "דער איד" האט די שטערקסטע הגהה אויף שפראך און גראמאטיק און "די צייטונג" אויף דעם תוכן, ווערן זאכן געדרוקט אין דעם "בלאט" ככתבם וכלשונם, מיט שינויים נאר ווען עס האט א שייכות מיט די רעדאקציע'ס פאליטישע מאטיוון.


פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.

איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.

מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך נפתלי » דאנערשטאג יולי 05, 2012 12:56 pm

רעדסט אזוי פון די אבאמא פארטינג דאלל אין איינער פרעגט נאך ציניש וואס 21 איז בגמטרי'. האסט אפשר געגוגלט צו זעהן וואס דאס איז?

דא האסטו
http://www.youtube.com/watch?v=iEcXYb2xNSA
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:04 pm

עס עפעס האט געשריבן:פאלש דורכאויס! יעדער ארטיקל ווערט איבערגעקוקט פאר איר שפראך, גראמאטיק, אינהאלט, פאקטן, ציפערן וכו וכו. איך קען דיר דאס זאגן אלס א פאקט וואס כ'ווייס.

איי וועסטו פרעגן וועגן די טעותים וואס ווערן דורכגעלאזט און די פילע פארשעמנדע מיסטעיקס וואס זענען דא, דער ענטפער איז אז זיי האבן נישט די ריכטיגע מגיהים.

מגיהים זענען אבער דא, און נישט נאר פאר פאליטיק.


אויב זענען יענע מגיהים, דארף מען טוישן די דעפיניציע פון מגיה.

מיט אזעלכע קארעקשאנס ווער דארף נאך טעותים.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:07 pm

[די תגובה האב איך געשריבן אין דעם פאפא-בריוו אשכול. כ'האב זיך נאך דעם געכאפט אז זי באלאנגט דא.]

וואס שייך זשורנאליזם און נארמאלקייט, שטייט "דער איד" אויף בערך דער זעלבער מדריגה ווי דעם "בלאט". "דער איד" איז אבער סך בעסער ווי דעם "בלאט" וואס שייך דעם שרעקליכן עם-הארצות מיט וואס "דער בלאט" איז אנגעפילט. (כ'האב שוין לאנג נישט געזען קיינע פון די צוויי. איך שרייב עס אויפ'ן סמך פון ווען כ'האב דורכגעקוקט די צוויי לעצט.)

ביידע זענען מיסט. "דער איד" איז אפשר נאך ראוי לאכילת כלב. "דער בלאט" איז דאס אויך נישט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך שמעלקא » דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:37 pm

קארל וויל רעדן בלויז פון דזשורנאליזעם און דעריבער מיין איך אז דער איד עכ"פ די וואך גייט בכלל נישט אריין אין די קאטאגאריע.

א צייטונג וואס קומט ארויס - איבערהויפט בלויז איין מאל א וואך - דארף דעקן די נייעס וואס האט פארנומען די אויבן אן איבער די וואך. אויפן אויבן אן קומט די הויפט נייעס דערנאך ווייטער אראפציר די איבעריגע קלענערע נייעס. אנשטאט דעם האט דער איד די וואך געווידמעט די ערשטע ווייסעך וויפיל בלעטער בלויז פאר א פראפאגאנדא קונטרס, און ארום גערעדט איבער אלטע נייעס וואס די זעלבע צייטונג האט שוין פאריגע וואך ברייט געדעקט.

קיין פרישע נייעס אין דעם הינזיכט איז נאך עכט נישט דא ווייל מער רעזולטאטן איז נישט ארויס געקומען, און אויב איז יא דא עפעס פרישס קומט עס אין א קעסטל א שטייגער ווי קרישקעלעך פון די וואלן נישט קיין פולע אויפרייס זייט נאך זייט ווי כאילו ס'האט יעצט פאסירט עפעס אין לויף פון די וואך זינט די פאריגע איד איז ארויסגעקומען.

עפעס האט געמוזט דרוקן פאר די אנפירער פון דער איד אז זיי האבן געשפירט פאר וויכטיג אזוי ארויס צו גיין פון די גלייזן און אוועק שטיפן אלע הויפט נייעסן פאר אביסל פראפאגאנדא.
שמעלקא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:01 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:48 pm

ביידע צייטונגען וואלטן געדעקט סאטמאר פאליטישע נייעס צום ערשט, נאר פאר א משל ווען דער בלאט האט געדעקט גרויס די שני מאורות הגדולים וואס אסר'ן פאר שו"ב אינטערנעט האבן גאר אסאך מענטשען געצויגן מיט די פלייצע, דאס זעלבע דער איד פון די וואך וואס האט מיט 10 טעג נאכן געווינען מיט 7000 שטימע'ס כלשונו געדארפט מסביר זיין אויף 4-5-6-7 זייטן אז ער איז דער געווינער ציען אסאך מיט די פלייצע, אבער נישט דאס איז די נושא.

ווייל ווי איך האב שוין געשריבן אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוען וואלטן ביידע געווען פארמאכט היינט, ווייל ביידע מאכן "נישט" קיין געלט פון די צייטונג נאר וועגן די שמוציגע פאליטיק, און ס'איז קלאר אז ס'איז נישטא פלאץ פאר נאך א צייטונג און דער נייער צייטונג וועט זיך פארמאכן פונקט ווי אידישע געדאנק און דער בליק אדער צייטשריפט וכו' וואס קומט ארויס ווי שוועמלעך נאכן רעגן יעדע פאר יאר.

פאר וועכנטליכע נייעס איז לדעתי נישטא קיין עצה און מיר וועלן מוזן בלייבן מיט קול מבשר און די 3 פאליטישע צייטונגען, חודש'ליך איז ב"ה דא א גאר גוטע געלונגענע ארבעט פון דער שטערן\שפאקטיוו, און יעדע קהילה האט היינט א אויסגאבע פאר קהילה נייעס כדוגמת דער אוצר, אוצרות, בית באבוב וכו'.
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 05, 2012 3:58 pm

איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.

קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך קלאר » דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:12 pm

איך גיי זיך נישט טענה'ן ווען עס איז דא א אפענע אגענדע
איך ברענג א טרוקענע דוגמא ווי די ''זשוארלאניזום'' אין די צייטונג האלט אז מען קען ווידמען א כמעט סעפט' 11 סטייל ביילאגע צו אטאקירן דער בלאט
אין מען ברענגט תירוצים, אז מען מיינט נישט דאס מען מיינט נישט יענץ
איך גיי נישט טוהן מיט דער איד וואס די האסט געטוהן מיט דער בלאט צו זיכן ספעלינג מיסטעיקס אין אריינפעיסטן בילדער ווייל עס אינטערסירט מיך נישט ב''ה
די ס''ה וואס יעדער וועט זעהן ביידע צייטונגען זענען אייניג ביליג
אפילו די שרייסט אז די ביזט עכט נייטראל דארף איך זיין א משוגענער צו גלייבן אז איר אטאקירט דער בלאט פשוט ווייל עס טוט אייך וויי דער מצב פין דזשורנאליזעם
אפי' ווען יא וואלט דיך דער איד אויך געבאדערט

איך פארשטיי נאר נישט, פארוואס זענען די זאלונים אזוי אויסן צו פארטיידיגען דער איד אין צייט וואס די ארונים נעמען נישט פערזענליך אן אטאקע אויף דער בלאט
וואס גייט דיך אן מילך דייטש'ס אדער משה פרידמאן'ס טאש

בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קלאר אום דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך קלאר » דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:22 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אזוי ביי מיר, דער איד האט זיך לעצטנס היבש אפגעשאקעלט פון די עקלהאפטיגע פאליטיק. נאר וואס דען, נאך אזא עקלדיגע און שמוציגע בלאט וואס איז ארויסגעקומען לעצטע וואך, און האט געשטאכן דעם אנדערן צד אויף יעדן בלעטל און געמאכט פון זיי אש און פארך, האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צו מאכן אן אויסנאם און גיין אויף די דעפענסיווע זייט, און זיך שטארק אפשאקלען און זיך אפקלאפן פון די אלע שמוץ וואס איז אויף זיי ארויפגערינען. דאס איז נישט קיין עקזעמפלאר פאר יעדן וואכעדיגן "איד", וואס איז געווענליך אויף א העכערן סטאנדארד און לאזט זיך נישט אראפ אזוי נידריג.

קען זיין איך בין ראנג, אבער את הנראה לדעתי כתבתי.


די גייסט שוין צו ווייט
די גמרא זאגט מילתא דעבידא לגלי' לא משקרי אינשי
געב נאר א קוק בעפאר די וואלען ווי זיי האבען געהאסט קעגן די ארונים
היי יאר אליין זענען נאך עטליכע מאל געלאפען ארטיקלן קעגן ר' אהרן פין משה יודל דייטש אדער מנשה פילאף
קוק די נייעס קעגן קרית יואל פאבליק סעיפטי, וועגן די קעמפס, אדער די אנדערע נייעס קעגן די ארונים
אויב הייסט דאס אפגעשקעלט איז צרות

עס איז אמת אז א שטיק צייט האבען זיי נישט געשריבן קיין פאליטיק
אין ר' שלמה מאיער פין שומרי החומות האט דעמאלטס גענומען קרעדיט דערפאר,
אבער ציבוסלעך קוקט אויס ווי זיינע קאסטומער דארפן עס וויכטיגער ווי די קעסטל רעטענישן אין די קינדער ביילאגע
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:40 pm

הרב קלאר. איך גיב דיר גערעכט. זיי זענען לעצטנס צוריקגעפאלן אין דעם פח הנשבר, נאך א שטיק צייט זיין שטיל. אבער די וואך איז עס ארויס פון אלע גדרים, און קוקט אויס ווי א פארוואונדעטע ברי׳ נאך א שרעקליכע אטאקע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:54 pm

איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:56 pm

די זשורנאליסטיששע חלק פין דע צייטינגען גייט מיר נישט אן
אבער אויב איז דעס אמת טיט עס מיר וויי

נאך א דוגמא וואס איך דערמאן מיר יעצט, פאר עטליכע וואכן צוריק איז געווען ביי די קינדערישע בילדער א בילד ווי צוויי פייגלעך מעיטן, דער איגנארענט בלאט שרייבער האט צוגעלייגט דארט זיינע ב'טעם'טע הגהות נישט וויסענדיג אפילו וואס דאס איז, אין צעטל קטן שטייט הארב מ'זאל נישט קוקן אויף חי' ועוף בשעה שנזקקין זה לזה, און דער לייגט דאס אריין פאר מיינע קינדער צו קוקן...

ביטע באשטעטיגטס אויב דעס איז געווען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1091
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:03 pm

לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים


דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1357 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:09 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:איך מיין אז די אשכול קען ווערען אריבער געפירט צו הייד פארק.............
איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ זיך צו קריגען אויף אזלכע שטותים


דער טאן פונעם ויכוח איז זייער נארמאל, דאכט זיך. דער נושא מעג אויסגעשמועסט ווערן, מיין איך. ס'איז נישט געפערליך.


דעיס מיינט נארמאל ביי דיך איז וואס איז נישט נארמאל??? נישט יעדער איז אינטערסירט צו הערען (ליינען) דעי שטותים וועמענס איז בעסער אין וועמענס איז גרעסער, די מציאות איז אז ווען צווי סאטמערע אידען וועלען זיך טענען אין פאליטיק ווערט עס גלייך זייער עקלדיג איז פליס סטאפ מיט דעי שטותים וווייל די וועסט במילא נישט אונקימען אין ערגעץ
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:10 pm

ווי קומט דא אריין סאטמארע פאליטיק? מ'רעדט ארום דא איבער די ליטעראטורישע און דזשורנאליסטישע שטאפל פון די בלאט. ווייל עס באלאנגט פערצופאל צו סאטמאר טאר מען שוין נישט דאס דיסקוסירן?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4382 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:12 pm

יידל האט געשריבן:ווי קומט דא אריין סאטמארע פאליטיק? מ'רעדט ארום דא איבער די ליטעראטורישע און דזשורנאליסטישע שטאפל פון די בלאט. ווייל עס באלאנגט פערצופאל צו סאטמאר טאר מען שוין נישט דאס דיסקוסירן?

על כגון דא נאמר המאמר ווער עס פארשטייט פארשטייט................
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:22 pm

קלאר האט געשריבן:
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן


שרייבט ביטע וועלעכע חודש'ליכע אויסגאבע איז לעצטענס ארויס געקומען און האלט נאך אן, איך רעד נישט פון קהילות חודש'ליכע אויסגאבעס, נאר פון אומפארטיי'שע ווי דער בליץ, איז דא נאך א נייע אויסגאבע פון די לעצטע 2 יאר וואס האלט נאך אן?

און צום איד\בלאט ארטיקל וואס האט נישט קיין שייכות צום נושא פון די אשכול, אבער אויב האט דער איד געמוזט דערמאנען די וואך אלע חטאים פון די מהר"א צד ווי מאסקאווי אריזונא וכו' מיינט עס אז זיי זענען אראפ צו די צייטן פון פאר דוד עקשטיין'ס חרם, וחבל על דאבדין
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך באריסטא » דאנערשטאג יולי 05, 2012 5:49 pm

כבוד חברינו שליט"א
ביטע געדענקט אז איר געפינט זיך אין "מידיא ווינקל" - נישט אין "א שמייכל" און אויך נישט אין דעם נייעס פארום. ביטע האלטס זיך צום שמועס.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 383 מאל

הודעהדורך קלאר » דאנערשטאג יולי 05, 2012 6:38 pm

ראש המדברים האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:
בנוגע נייע צייטונגען
עס איז אמת אז צייטונגען זענען נישט מצליח אבער קוק וויפיל אידישע חודש'ליכע אויסגאבע האבען זיך געפנט לעצטנס אין האלטן נאך יא אן


שרייבט ביטע וועלעכע חודש'ליכע אויסגאבע איז לעצטענס ארויס געקומען און האלט נאך אן, איך רעד נישט פון קהילות חודש'ליכע אויסגאבעס, נאר פון אומפארטיי'שע ווי דער בליץ, איז דא נאך א נייע אויסגאבע פון די לעצטע 2 יאר וואס האלט נאך אן?

און צום איד\בלאט ארטיקל וואס האט נישט קיין שייכות צום נושא פון די אשכול, אבער אויב האט דער איד געמוזט דערמאנען די וואך אלע חטאים פון די מהר"א צד ווי מאסקאווי אריזונא וכו' מיינט עס אז זיי זענען אראפ צו די צייטן פון פאר דוד עקשטיין'ס חרם, וחבל על דאבדין


קודם כל, פארגעס נישט די שפאקטיוו שטערן איז נישט אזוי אלט,
עס מוז זיין זייער ציענד פאר די ליינער אז זיי האבען נאך א קיום

זייט דער בלאט האט זיך געפנט האבען עטליכע פראבירט צו עפנען נייע צייטונגען אין זענען דורכגעפאלען
עס איז קלאר אז די הצלחה פין דער איד אדער דער בלאט איז נישט וועגן זייער תוכן נאר וועגן בעקאפ פין זייער פארטיי - ווי שוין אויסגעשמיסט
אוודאי פארמאגען ביידע צייטונגען א גרויסע באזע פין אנדערע - נישט אנהענגער פין די פארטיי ליינער אין אפי' פין די פארקערטע פארטיי
אבער אן די בעקאפ וואלטן שוין ביידע געווען פארמאכט

אבער אפילו ביי קהל'ישע אויסגאבעס האט אויך נישט אלעס א קיום
ווער געדענקט ''די אידישע געדאנק - (ארונים)'' וואס איז געווען א שטרקע אויסגאבע אבער איז צום סוף געגאנגען שלאפען ווען דער רעדאקטער אלימלך דייטש האט געפענט דעם בלאט אין האט עס אוועקגעגבן
ווער געדענקט ''דער אידישער פלאם - (ארונים)'' וואס דער רעדאקטער האט עס געמוזט פארקויפן פאר איינעם וועלכע האט עס געטויטש צו א מאגעזין אין יענער האט אבער נישט צו לאנג אנגעצויגן
ווער געדענקט נישט ''דער בליק - (זאלונים)'' וואס האט זיך געהאלטן ביים פארשפארען אין געטוישט זיין מהלך ווי א מאגעזין אבער האט זיך סוכ''ס געמוזט פארשפארען
דאס איז שוין ביי אויסגאבעס וואס א פארטיי האט געבעקט, ווער רעדט נאך פין די צייטשריפט אין אנדערע

אבער מיט דעם אלעם איז דא וואס זענען יא מצליח
קוק אן די אוצרות וואס די ארונים געבן ארויס חודש'ליך וואס האט מורא'דיג שטארק מצליח געווען, נאר שענער ווי אסאך אויסגאבעס
זיי האבען געוויסע זאכען וואס כאפען שטארק די ליינער, יעדער שרייבט שרייבט דארט מיט זיין אריגענעלע נאמען, אין די ארטיקלען זענען מלא תוכן
ועלם כולם עס איז אויף א מורא'דיגע הויכע ניווא

בקיצור אז מען האט סיעתא דשמיא איז מען מצליח
אז מען האט נישט קען מען האבען די שטערקסטע פארטייען אין מען גייט שלאפען
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:52 pm

פני הדור כפני הכלב. די צייטונגען זענען ווי דעם פאלק און דער פאלק איז ווי די צייטונגען. עס איז טאקע אן אפשפיגלונג פון די שטרוי וואס אונזערע מענטשן קייען גערן און פארלאנגען נישט בעסערס, אבער באמת האט דאס געשריבענע ווארט אויך די ראלע פון הייבן א פאלק, ווי אפילו א בעגינער ווייסט. עס איז צרות אויף ביידע זייטן.
אויב א שרייבער אויף הייד פארק קען זיך פארמעסטן מיט דעם בלאט שרייבער, איז עקבתא דמשיחא. און דאס וואס איינער קומט דא עדות זאגן אז דער בלאט האט יא מגיהים וואס קוקן איבער יעדעס ווארט, איז דאך די ווייטאג (און געלעכטער) נעבעך פילפאכיג שטערקער.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

הודעהדורך עס עפעס » מאנטאג יולי 09, 2012 12:25 pm

א געפערליך-קינדישע קעפל אינעם "בלאט" די פארלאפענע וואך
בייגעלייגטע פיילס
IMG00195-20120705-1129.jpg
IMG00195-20120705-1129.jpg (41.3 KiB) געזען געווארן 1563 מאל
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט