"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2017 3:54 am

עמעזאן האט געשריבן:ביי כינוס כלל ישראל זענען זיי געווען מלא ליצנות אנגעפאנגען ווי רש''ל וויי''ב פארשטאפט די אויערן און געפאויקעסט אויף בילדער מיט גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכו'

דא גייען זיי אויך לכאורה ווייזען די גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכדו'

פארפאלן זיי האבן נישט די זכי' זיך משתתף צו זיין אין ערנסטע מעמדים, דאס איז א הימל זאך, אנדערש האט עס נישט קיין ביאור

עמעזאן: ס'האט יא א ביאור. שכל און מענטשליכקייט. און קרוב אל האמת. נאך א זאך. אין די אפיסעס פון צה"ל וועט מען זיך שטארק צוקראצן אז א פאר אידעלעך האבן פארברענגט א זונטיג נאכמיטאג אין א ספארטס סטאדיום ביי פיינע עיר קאנדישאן מיט פרעטצלס און סאודע. הערנדיג דרשות פון די חכמי וגדולי ישראל א שטייגער ווי הרב הילל וויינבערגער שליט"א און הרב ראב"י שליט"א אין לשון הקודש בהברה האשכנזית/הונגרית...!

למעשה וועט ווייטער אנגיין די פראצעדור פון געבן דיחויים און פטור'ים פאר ווער ס'וועט זיך צו שטעללן אין די לישכת הגיוס. און אויב ס'וועט זיך מאכן שוועריגקייטן וועט מען נוצן די הילף פון די לישכת עזרה ויעוץ. ועולם כמנהגו נוהג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 13, 2017 1:01 am

בערל, ייש"כ פאר'ן מפיץ זיין דיין דעת תורה הברורה ביי יעדן אשכול איבער'ן גיוס, נאר איין קלייניגקייט וויל איך מתקן זיין פשוט טו סעט דע רעקארד סטרעיט: עס איז נישט געווען קיין שום פרעצל און קיין סאדע אדער אנדערע טעימה קלה, ניטעמאל די הייליג כשר'ע פון איצא שייגעצ'נס קאמפאני. עס איז נישט געווען קיין שום עסן אדער טרינקען, און די זיצן היבש צוקוועטשט. עס האט נישט אויסגעקוקט ווי דער עולם איז זיך געקומען לופטערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18064 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2019 4:36 am

שמעקעדיג: יא. די אידן וועלכע זענען געקומען זענען טאקע צדיקים. אבער די תוצאות זענען די זעלבע. נאכדערצו פאר א פארטיי וועלכע האבן געטון אזוי ווי די גבעונים. זיי האבן אויסגעפאפט די אידן. די בני תורה פארטיי האבן געזאגט אז זיי גייען שוין מער נישט נעמען א טייל אין די בחירות. (הטמאות). און אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן פונקט ווי א יעדער אנדערע פארטיי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2019 5:03 am

דער בלאט די פארגאנגענע וואך (פ' אמור) אין די אוצר אפטיילונג ברענגט די געשיכטע פון די 2 אנטלאפענע געפאנגענע פון אוישוויץ ווערבא און זיין חבר וועצלער. און דעם רעפארט איבער אוישוויץ. וואס מ'טוט דארט מיט די מענטשן...!

דער עדיטאר האט אבער פארגעסן איין קליינעם פרט. אז דער ווערבא איז א גרויסער ליגנער און זעלבסט בארימער. דער רעפארט איז אפשר אמת אבער דער גאנצער בוך איז געשריבן געווארן ווי א נאוועל. נישט א דאקומענטארי. און די נעמען וואס ער נוצט דארט זענען אויך פיקטיווע. פי' פאלשע.

איך האב אדורכגעליינט דעם בוך. און דורכאויס דעם בוך האלט ער זיך אין איין בארימען ווי קלוג ער איז. אייביג צו זיין אין די ריכטיגע צייט און דעם ריכטיגן פלאץ.

די נעמען וואס ער נוצט פאר די נאצישע הויפט אויפזעהער אין דעם בילדינג וואס מ'האט גערופן קאנאדע איז , גראף און קעניג. אויך, דעם אומגליקליכן איד וועלכער האט געטרייט צו אנטלויפן. און די נאציס האבן איהם געשאסן, איז אויכעט פול מיט שקרים און גוזמאות. נאר איהם רופט ער אויכעט ..."אומגליק"...הכל לפי הענין. ער פארציילט דארט אזעלכע שטותים און גוזמאות. אז דער ..."אונגליק"...האט אייביג געהאט פרישע געקעכטסן ווי זופ און טשיקן ארויסגעשמוגלט פון די קאך. און אפילו אן אויסוואהל פון בראנפנס. און אין שכר וואס ער האט נישט אויסגעמסר'ט דעם קאפאו וואס האט איהם געשיקט פון איין עק בילדינג צו דעם 2'טן מיט געשמוגלטע סחורה צו זיין גוירלפרענד האט ער באקומען זייער א גוטן און גרינגן דזשאב. אלס רעגיסטראר. און ער האטציך געקענט ארומדרייען פריי א גאנצן טאג. און קיינער האט נישט גענומען דין וחשבון וואס ער טוט. אדער מיט וועמען ער טרעפט זיך.

ומעשה שהיה כך היה (לויט דעם ליגנער, ווערבא).: זיין דזשאב איז געווען אריבערצופיהרן זאכן וואס די נאציס האבן קאנפיסקירט פון די אנגעקומענע מענטשן קיין אוישוויץ פון איין עק פון דעם גרויסן בילדינג צו דעם צווייטן עק. וואו די פריזאנערס האבן עס געדארפט סארטירן. נאר אינמיטן וועג האט מען איהם געקענט אפשטעללן צו טשעקן אויב ער פיהרט נישט קיין אומלעגאלע סחורה. די ערשטע 3 מאל האט ער זיך געהיטן. און ווען זיי האבן איהם אפגעשטעלט האט ער גארנישט געהאט אומ-לעגאל. איז ער געווען זיכער אז זיי וועללן איהם שוין מער נישט אפשטעללן. דאמאלס האט איהם זיין אויפזעהער/קאפאו געגעבן א רענצל פול מיט אומ-לעגאלע סחורה אזוי ווי טייערע זייפן און טשאקאלאד וואס זיי האבן אוועקגענומען פון די אנגעקומענע אידן פון האללאנד. און פונקט דאמאלס האבן איהם די 2 נאצישע הויפט אויפזעהער געכאפט.און געהייסן אויפמאכן דעם רענצל. און די אומ-לעגאלע סחורה האטציך אנטדעקט. האבן זיי איהם געפרעגט ווער ס'האט איהם געשיקט. אויב ער וואלט אויסגעזאגט וואלט דער קאפאו געווען אין טראבל. האט ער נישט געזאגט קיין ווארט. האבן זיי איהם אנגעהויבן צו שמייסן מיט אכזריות'דיגע קלעפ. ביז ער איז פארחלש'ט געווארן. אבער ער האט נאכאלץ נישט אויסגעזאגט. און ער איז אריין אין שפיטאל. אדער סתם געבליבן אין בעט פאר א פאר טעג. און אין שכר פון דעם, האט דער קאפאו איהם באלוינט מיט פארשאפן א גרינגן דזשאב...!

דער עדיטאר פונ'ם בלאט וואלט געמעגט כאפן אז דער גאנצער בוך איז נישט מער ווי א נאוועל. אפשר פרי דמיונו פון עפעס א ליגנער און בארימער. און מ'קען נישט גלייבן קיין איין ווארט וואס ער שרייבט דארט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך מודה בטפל » זונטאג מאי 19, 2019 5:14 am

דער ''עדיטאר'' האט נישט געוויסט אז אזא קלוגער איד ווי דיר ליינט זיין נארישע אויסגאבע...
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2019 5:20 am

מודה בטפל: כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת. נאכדעים וואס איך האב שוין אדורכגעליינט די גאנצע סאטמאר'ע פראפאגאנדע (בערך 5 מינוט.) און נאכ'ן אדורכקוקן די נעמען פון די נפטרים אין די ציבור אפטיילונג, איז מיר א שאד ארויסצו ווארפן דעם בלאט אין גארביטש. כ'האב דאך געצאלט 3 דאללאר...! בליק איך אריין אין די שטותים וואס ער ברענגט אין אוצר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

Re: "דער בלאט"

הודעהדורך חוקר ודורש » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:35 pm

IMG_3494.jpg

די וואך אין דער בלאט עמוד 14

זיי רעדן דא ווי אזוי עס ארבעט צו אימפיטשן א פרעזידענט, שרייבען זיי דא ״איבער׳ן ניקסאן אימפיטשמענט ליינט אינעם באזונדערן ארטיקל ״די ניקסאן טעיפס״, איך זיך נאך די ארטיקל..


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:55 pm

איידי דאיירי. אז מ'רעדט שוין. וואס ס'מאכט מיך נערוועז איז דער מנהג פון דעם בלאט. אז ווען מ'האלט שוין אינמיטן געשמאקסטן ליינען דעם עדיטאריעל אדער די שטותים פון דעם קינדערישן שרייבער (ער וואלט געמעגט שרייבן אין קינדליין) "הרב" ש.ב. מרגליות, שיקט ער דיך צו אן אנדער'ן בלאט אין אנדער'ן עק צייטונג. און מ'דארף מישן אהין און צוריק. אדורך אלע אפטיילונגען. ביז מ'טרעפט דעם המשך. ער וואלט געמעגט ברענגען א דבר השלם. דעם זעלבן עדיטאריעל אדער ארטיקל פון דעם גרעסטן חכם אין קר"י אויף דעם זעלבן פעידזש. אויב ס'פיט נישט אריין, קענמען לייגן דעם המשך אויפ'ן נעקסטן פעידזש...! זיי מיינען, בטעות אז אויב מ'וועט דארפן א סאך מישן וועט מען אדורכליינען אלע שטותים וואס זיי שרייבן. דאס איז אבער א טעות. ווייל רוב מאל האב איך נישט קיין געדולד אדורכצומישן דעם גאנצן צייטונג. און איך לאז עס איבער אזוי אומגעליינט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך Billy » זונטאג יוני 02, 2019 8:25 pm

אין דעם ערב פסח אישו איז געווען באשריבן קאלאמבוס, בתוך הדברים איז געשטאנען אז אין איינע פון קאלאמבוס'ס שיפן איז געווען א גענעראל מיט'ן נאמען אמעריגוס וועספוטשי און נאך אים הייסט דער קאנטינענט אמעריקע..

די לעצטע חלק איז ריכטיג אבער די ערשטע נישט. וועספוטשי איז געווען א איטאליענער ביזנעסמאן, און אין א געוויסע צייט האט ער אפילו געהאלפן קאלאמבוס, אבער ער איז נישט געווען א חלק פון קאלאמבוס'ס פלאטע. וועספוטשי איז אנגעקומען צו דרום אמעריקע אין 1501, 9 יאר נאך וואס קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די קאריביען אינזלען.
Billy
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 10:26 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך אדונינו » זונטאג אוגוסט 11, 2019 3:48 am

ווען איך האב געזעהן די קעפל ״א מיליאן דאללער, פאר 137 מוסדות״ האב איך געמאכט די חשבון אז יעדע מוסד האט באקומען בערך זיבן טויזנט דאללער, און אויב דאס איז זייער רוקן-ביין, איז זייער בודזעט מסתמא 8-9 טויזנט דאללער, וועסטו פרעגן וויאזוי קען זיין? קוק אריין טיפער אינעם ארטיקל וועסטו זעהן, אז צווישן אלע 137 מוסדות ביינאזאם, לערנען א מספר עצום פון ״אריבער״ 130 קינדער (קע״ה ב״ה כ״י) ממילא שטימט עס כמין חומר, צוטייל 131 קינדער פאר 137 מוסדות, קומט אויס כמעט א גאנצע קינד אין יעדן מוסד, א קינד קאסט 8-9 טויזנט, ממילא איז שוין 7 א שטארקע רוקן-ביין. #קרן הצלה.
בייגעלייגטע פיילס
BF2075FF-B6AE-4A37-9F9C-B3E7741CEAFB.jpeg
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט