בלאט 6 פון 6

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:06 pm
דורך ים רויבער
עצי שטים האט געשריבן:די לינק ארבייט שוין נישט, זעט אויס אז דאס האט ער אויך אויסגעמעקט

ס'איז נאך דא.

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 20, 2022 2:31 am
דורך moneyminded
קורקלענד האט געשריבן:אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.

שכח פאר דיין פרעדיקטעבל ענטפער. כ'האב שוין כמעט געוואלט שרייבן אז קורקלענד דארף נישט ענטפערן, אבער בעסער אזוי טאקע.
איך האב נאך קיינמאל נישט אטאקירט פאנעט, און יעצט אויך נישט. אבער פאר אזא נייטראלע אבזערווירער ווי דו איז שוין ממש character assassination צו זאגן אז ער איז נישט אזא געלונגענע שרייבער. נאדיר א לייק פארן מאכן מיין טאג.

קלוגשאפט און שעפערישקייט ביי סטיוו דזשאבס און ביל געיטס האב איך געטראפן אין זייערע ביאגראפיעס. ביי דזשעף בעזאס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסקומען צו זוכן.
אויב איז דיר זייער וויכטיג עפן א נייע אשכול וועגן זיי. וועל איך זיך אנשטרענגען צו ענטפערן דארט. כאטש צוזאגן קען איך נישט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'שרייב ווייניג.
למעשה קען נישט קיינער נאכמאכן פאנעטה מיט זיין געלונגענע אויסגאבע, יעדע אויסגאבע ווי די קינדליין,קינדילינגא,די וואך, די בליק פרובירט אבער זיי קענען נישט,
די זעלבע זאך ווי קיינער קען נישט נאכמאכן די שטערן אדער די גלאק פון שמעון ראלניצקי, פארוואס איך זאג עס , וועגן איך ליין נישט קיין איינס ,וועגן איך געדענק נישט נאך א אויסגאבע וואס אינג און אלט קלאגט אויף עס , אבער סאיז מן הסתם די גרעסטע אידיש אויסגאבע אין די היסטארי וואס האט/פארקויפט אזויפיל שטיק וועכענטעליך, זעט אויס אז עפעס קען ער וואס א צווייטער קען נישט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 20, 2022 9:21 am
דורך עזריאל רוטנברג
זיין געלונגענע אויסגאבע מיינט די אמאליגע קינדליין? הונדערט איז געווען א בלאסע שאטן פון קינדליין אין די גוטע צייטן.
די לעצטע שטיק צייט איז הונדערט געווען בעסער ווי קינדליין. אביסל פריער איז קינדליין געווען בעסער ווי הונדערט. זיי זענען ביידע געווען שוואכע מעשיות.
דאס איז מיין מיינונג נאך קויפן און ליינען ביידע פון זיי, איך און מיינע נייגעריגע קינדער. איך האף אז ס'איז נישט קיין פערזענליכע אטאקע קעגן פאנעט צו זאגן אז הונדערט איז געווען אביסל בעסער פון קינדליין און נישט זייער אסאך בעסער.

די וואך און די בליק האבן קינדער ביילאגעס, זייער פאוקעס איז אינגאנצן נישט דארט. וועט מען זאגן אז דער איד האט פרובירט נאכצומאכן קינדליין און זיי קענען נישט, ווייל דער איד האט אויך עפעס פאר קינדער?
וואס איז קינדלינגא?

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 20, 2022 2:20 pm
דורך סאנטיאגא
[

הודעהפורסם: זונטאג מאי 22, 2022 4:23 am
דורך שמן למאור
ביי די לייוו פון היינט נאכט וואס דויערט איבער א שעה, איז פאנעט גאנץ קלאר מסביר די השתלשלות הדברים,
הגם אפאר נקידות פעלן נאך

הודעהפורסם: זונטאג מאי 22, 2022 10:06 am
דורך מונטסורי
.

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm
דורך שמן למאור
פאנעט האט ארויסגעשטעלט א רשימה פון די גראסעריס וואס האבן ארויסגעווארפן זיין "הונדרעט" אויסגאבע,
און דערמיט אינטערגעברענגט זיין פרנסה

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm
דורך שמן למאור
IMG_20220527_125648_768.jpg
IMG_20220527_125648_768.jpg (13.96 KiB) געזען געווארן 2413 מאל

הודעהפורסם: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:37 pm
דורך שמן למאור
ק/פ פון מענדל הערש פאנעט אויף סאשעל מידיא:

מאנכע פרעגן מיר צו איך "ליין קאווע שטיבל"?
קודם כל, יא זיכער!
און נישט נאר איך, נאר יעדע רבי און רב ליינט בשתיקה! (ספעציעל ווען מען דערמאנט זייער נאמען :lol: )


רעדענדיג, גוט צו וויסן אז איך האב אימעיל אדרעסן פון די גרעסטע רבי'ס ;) !


מיין ענטפער אויף יענעם אשכול אין קאווע שטיבל האב איך א חלק שוין געענטפערט צווישן די שורות נעכטן נאכט און היינט,

און געדענקט גוט וואס איך זאג אייך:
דעם אשכול לדעתי איז געשריבן געווארן דורך איינע פון די רבנים אדער איינע פון זייערע שלוחים מיר אפצוהאלטן פון גיין ווייטער, און מיר ארויס צו נעמען די אפעטיט,
די זעלבע לשונות באקום איך אין רעיל-לייף אויך, ממש די זעלבע געבוי פון א "שמועס"...

ליינט גוט דורך זיינע לשונות ותמצא נחת
און יא, נישט איין עסקן ממשמרת החינוך והצניעות זיצט דארט און דרייט א קאפ...
הפוך בה!

איך קען זיי "צו גוט"!

זייער מהלך קען איך ישר-והפוך
סאיז א שמועס פאר זיך... א לענגס און א ברייטס!
עכ"ל

אגב ער דעקט אויף גאר אינטערסאנטע זאכן בנוגע די קארופציע פון די דיינים ורבנים און נאך, אויף זיין טעלעגראם טשענעל
https://t.me/hundredpubllc
פאר די שאלות ותשובות...
https://t.me/hundredpub

הודעהפורסם: זונטאג יוני 12, 2022 2:29 pm
דורך מרדכי מרדכי
ווייסט איינער וועלכע ארטיקל פון מאמענט רעדט פון דעם יואלי קליין וואס פאנעט שרייבט אויפן טשענל?

https://t.me/hundredpub/2785

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 7:48 pm
דורך מרדכי מרדכי
מענדל הערש פאנעט האט געשריבן אויף זיין טשענעל אז ער קומט ארויס מיט א נייע מאגאזין.
עמיר ווארטן אויף נאך נייעס,

אינטערעסאנט וואס טוישט זיך יעצט, גייט ריינער אויפהערן מיט די רדיפות, צי עפעס אנדערש.

הודעהפורסם: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:38 am
דורך שמעקעדיג
ריינער איז ביזי מיט מיימאנעדיס...

הודעהפורסם: מיטוואך אקטאבער 05, 2022 9:57 pm
דורך מרדכי מרדכי
פאנעט געט איבער אז ער הייבט אן צי שרייבן אין דער בלאט און אהין און צוריק גייט זיין דארט דעם סוכות