פון פענע צום בלאט (דער בלאט)

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19744
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15054 מאל
קאנטאקט:

פון פענע צום בלאט (דער בלאט)

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב מתחילה געטראכט אריינצולייגן דעם מאמר אין די שמייכל אפטיילונג. נאר איך וויל ארויס ברענגען אן ערנסטע נקודה. די פאבריקאציע פון בריוון (און אפשר נייעס באריכטן אויך) אין די אפטיילונג פון פענע צום בלאט.

דער צווייטער בריוו אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ויחי) איז געשריבן דורך א איד א נגיד? ווי ער רופט זיך אליין. ער האט אן ערנסטן פראבלעם. ער און זיינע חברים, נגידים כמותו פלאגן זיך מיט א געפערליכן פראבלעם. די מתנות וואס זיי באקומען פן די פארשידענע מוסדות. ער רעכנט אויס וואס ער באקומט אלץ. טשיעז קעיק פאר שבועות . האניג פאר ראש השנה הדסים פאר סוכות. אויך א גאנץ יאר ליידט ער זיך (ליידער) אן. ער האלט אין איין באקומען ספרים. די זעלבע סעט עטליכע מאל, פון פארשידענע מוסדות, און כבוד פלעקס, לרחצה. ער האלט עס שוין נישט אויס. (ל"ע) למשל 3 סעטס הגדה של פסח בר"מ.

מילא. די טשיעז קעיק ווארפט ער גלייך ארויס אין גארבידזש, אבער מיט די ספרים און פלעקס קען ער זיך נישט קיין עצה געבן (רח"ל). ער האט שוין נישט קיין פלאץ אויף די ווענט פון זיינע צימערן וואו צו הענגען די כבוד פלעקס.
נעבעך דער איד, (און זיינע חברים שכמותו, די אנדערע נגידים), ליידן זייער שטארק פון די מוסדות...!

וויל איך דא ווינטשן פאר דעם געליטענעם איד דעם נגיד. די אייבישטער זאל העלפן אז איהר זאלט קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן און מער ערנסטן פראבלעם ווי דאס. (אמן)

אויך. צום רעדאקטאר פון בלאט האב איך א בקשה: אויב ס'קומען נישט אריין געניג בריוון פון פענע צום בלאט און איהר מוזט אויפמאכן מעשה'לעך. ביטע שרייבט איבער עכטע פירצות מיט וואס דער היימישער עולם איז (ב"ה) געבענטשט. ווי למשל... לאנגע פאנדיאלאס, רויטע טורבאנס, לאנגע שייטלעך, און שייגעץ בייקס. נישט אזעלכע נישט געשטויגענע מעשיות וועלכע קיינער גלייבט נישט.

ס'ליגט מיר נאך אין זיכרון דער בריוו וואס אן ערליכער איד וועלכער דאוונט זייער שטארק בכוונה האט געשריבן. אז ווען א איד וועלכער האט יארצייט און ער ברענגט טשיעז דעלקעלעך פאר תיקון. און דער עולם האט זייער שטארק ליעב טשיעז דעלקעלעך. (ער אויך) או ווילאנג ער ענדיגט דאווענען איז שוין נישטא קיין זכר פון די תיקון. אשר על כן וויל ער אז דער שמש זאלל אוועקלייגן דעלקעלעך פאר די אידן וועלכע דאווענען מיט כוונה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר