אפשאצונג איבער די ארטיקלען אין מאמענט, פסח תשפ"ג

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19761
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15067 מאל
קאנטאקט:

אפשאצונג איבער די ארטיקלען אין מאמענט, פסח תשפ"ג

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער מאמענט מאגאזין איז דעם פארגאנגעם יו"ט פסח ארויסגעקומען מיט זייער א רייכע און פילפארביגע אויסגאבע. וואס כאטש א גרויסער טייל פון די 2 דיקע בענדער פון די הויפט ארטיקלען זענען געווען אדווערטייזמענט. דאך איז אויך געווען א גוטע תוכן אין די מערסטע ארטיקלען. טייל זענען אפילו געווען אויסגעצייכנט. אנדערע זענען געווען א ביסל שוואך. א ביסל קינדעריש.

לאמיר אנהייבן מיט די באשרייבונג פון אליהו יואל גליק איבער אידישקייט אין מעקסיקא. מיט זיין אייגנארטיגע און פליסיגע שפראך האט ער געמאכט דאס ליינען זיין באריכט גאר געשמאק און צו די זאך. ספעציעל די שיינע, אינהאלטסרייכע בילדער וואס ער האט געברענגט.

דאס ארטיקל איבער דעם אזוי-גערופענעם וועלטס רעדנער (הרב) יואל גאלד איז געווען שטארק דיסאפוינטינג. אלס משל האט ער געברענגט איינע פון זיינע רעדעס ווי ער האט פארציילט אז 2 מענטשן וועלכע האבן זיך (אריגינאל) געקריעגט איבער א פארקינג פלאץ האבן זיך צום סוף איבערגעבעטן און געווארן די בעסטע גוטע פריינט. זיי זענען אפילו געווארן מחותנים. די מעשה איז דאך אזוי נעריש און קינדעריש. בכלל נישט קיין רעאליסטישער מצב. איך האף נאר אז זיינע אנדערע מעשיות זענען יא מער צו די זאך. ווייל דאס איז זייער שוואכע סחורה.

דער באריכט פון הרב חיים שלמה בערגער איבער דעם (געשמאקן) מגיד שיעור הרב שמעון שפיצער מיט די באמבאסטישע העדליין..."ר' שמעון לכל". ווי גלייך מ'רעדט דא פון עפעס א רשכבה"ג. א קדוש וטהור. א משפיע אויפ'ן שטייגער ווי ר' מיילעך בידערמאן שליט"א. דערווייל איז עס א וואוילער יונגערמאן וועלכער האט אן ענגן קרייז פון מקשיבים וואס לעכצן נאך א גוטן פארברענג. מיט שיינע דרשות. און ווארימע ניגונים. מהיכי תיתי...!" איך בין זיכער אז ס'זענען דא סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל נאך צענדליגע אזעלכע יונגעלייט. אבער דאס איז נישט קיין וועלטס פארנעם. די מציאות הדברים שטימט נישט מיט די העדליין.

די דראמאטישע, פערזענליכע לעבנס געשיכטע פון ר' מרדכי זלמן הלוי מייזלס מיט די טראגישע ענד בארירט א יעדנ'ס הארץ. כאטש מ'קען פרעגן עטליכע קשיות. אבער אונז האמיר א כלל...אז מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה...! די עיקר איז די חיזוק וואס ער האט ארויסגענימען פאר זיך און אויך פאר אנדערע פון דעם טראגישן מצב איז א שטארקער לימוד אויפ'ן לעבן.

דער באריכט פון ר' אברהם רובין הי"ו. דער עיקר זיין פארציילן פאר די וועלט וואס ס'טוט זיך אפ צווישן די ווענט פון דעם טרויעריג בארימטן דזשעיל רייקערס איילענד געט אונז אן אריינבליק אין די פינצטערע זייט פון דעם פריזאן סיסטעם בכלל. און די באמיאונגען דאס צו פארבעסערן איז א גרויסער אויפטוה פאר אלע מענטשן. אידן און גויים צוגלייך. אז אויב איינער קומט ח"ו אן דארט אהין זאלל עס נישט שטעללן זיין לעבן אין סכנה.

דער באריכט פון און וועגן (הרב. כ'זעה נישט מיט וואס) נחמן סעלצער איז גאנץ געשמאק צו ליינען. אבער אזוי ווי זיינע מעשיות איז פיקטיוו. און רחוק מן המציאות.

די לעבנס געשיכטעס פון די 3 פארשידענע איש'ן איש מפונק. איש קאמפלעקס. און איש בת היענה. זענען גאנץ דראמאטיש אבער זענען נישט קיין נייעס באריכטן אדער אינפארמאטיוו. דאס איז ריין עדוואקעסי. לטובת טעראפי. פאר ווער ס'דארף. אבער דאס באלאנגט נישט אין קיין רעגולאר אויסגאבע. דאס באלאנגט ענדערש אין "נפשי". דארט איז דאס ריכטיגע פלאץ. דער נאאיווער ליינער (אזוי ווי אני הקטן) מיינט אז ער גייט דא ליינען אן אינטרעסאנטער ארטיקל אדער באריכט. דערווייל געפינט ער/זי אויס אז די מסקנא פון אלע 3 ארטיקלען איז אז טעראפי העלפט. יישר כח. מה חידשת?!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר