מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך קליינע רעבעלע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:05 pm

סתם אינטערסאנט...
איך האב גהערט פין עטליכע גראסעריס איינס אפילו פין בארא פארק אז דע מערסטע גייענדיגע פעיפער איז דע מעלות

איך ווער משיגע פאר איר שרייבערעריי כאטש איך אגרי נישט מיט אלעס וואס זי שרייבט אבער איר קלארקייט ווי אזוי ענטפערט יעדעם בריוו איז זי א חד בדרא
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:07 pm

מערסט גייענדע אידישע חודש'ליכע פעיפער.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4149 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:44 pm

איך בין אן ערליכע ליינער פון די מעלות, איך קויף עס כמעט חודש'ליך. כאטשיג איך שטיי בהשקפה אויף אן אנדערעם פלאנעט ווי מרת. ראטה, טו איך שעצן איר לאגישן צוגאנג צו איר אייגענטארטיגן מהלך אין אידישקייט, חוץ פון די געבענטשטע שינויים וואס זי האט אריינגעברענגט ביים עולם (תחת מסווה של פרומקייט כמובן), אזויווי פעמעניזם (כאטשיג זי טרייבט פיל מאל איבער), פסיכאלאגיע, מעסיגע חינוך הילדים ועוד. אבער דער עיקר וואס כ'גלייך פון מעלות איז אז אנדערש פון רוב היימישע אויסגאבעס, שרייבן זיי כמעט נישט קיין ליגנט מיטן חשבון אז מען קען דעם עולם סיי ווי פארקויפן באבקעס. עס דערקענט זיך אז די רעדאקציע פון מעלות האלט זיך צו א סטאנדארט, און פרובירט דורכזיפן אז וואס עס שטייט דארט זאל זיין באגרינדעט אין מציאות.

אבער אין די מעלות פון די חודש איז ערשינען אן ארטיקל וואס כ'האב זיך ממש גע'חידוש'ט צו לייענען, כ'האב געשפירט אז עס פאסט באמת נישט פארן מעלות אזא טיפשות'דיגן ארטיקל. איך באציה זיך צום ארטיקל מיטן קעפל "א געזונטער קלאפ" פון ש. הירש. שרייבט מרת. הירש ווי פאלגנד:

maalos1.jpg
maalos1.jpg (135.48 KiB) געזען געווארן 1052 מאל


maalos2.jpg
maalos2.jpg (151.02 KiB) געזען געווארן 1052 מאל


maalos3.jpg
maalos3.jpg (112.64 KiB) געזען געווארן 1052 מאל


maalos4.jpg
maalos4.jpg (112.58 KiB) געזען געווארן 1052 מאל


פארזעצונג אין קומענדיגן תגובה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4112 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:45 pm

maalos5.jpg
maalos5.jpg (115.61 KiB) געזען געווארן 1050 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4112 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:50 pm

כ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.

אה, נאך איין נקודה וואס כ'האב ארויסגענומען פון דעם ארטיקל איז אז עס איז קריטיש וויכטיג פאר מענטשן צו פארשטיין די פשוט'ע מושגים פון טעכנעלאגיע, וואס איז דאס אינטערנעט, וואס איז דאס אימעיל, וואס איז דאס א בראוזער, און וואס איז דאס די וועב. אז נישט, קוקט מען אויס ווי די מרת. הירש און אירע נארישע נסיונות און קבלות.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4112 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:53 pm

מאראל פון די מעשה: קהלה-קאנטראלירטע אינטערנעט סערוויס קומט מייט א זייטיגע באונאוס פון טראסקענען שאפעס נעבן קינדער כדי זיי צו מאכן קלאטשן פאר פרייד.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2386
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3564 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:01 pm

נאך א מאראל פון דער מעשה: איגנאראנץ און תמימות העלפט נישט נאר פאר אמונה, נאר אויך מרבה צו זיין אידישע פרנסות.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3648 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:02 pm

נ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4908
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4112 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:02 pm

זי הייסט כ"ץ, כ'מיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4149 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:05 pm

זר זהב האט געשריבן:זי הייסט כ"ץ, כ'מיין.

כ"ץ איז איינער פון אירע פען-נעמען. זי הייסט יונגרייז.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3648 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:25 pm

פון די אנדערע זייט איז גאנץ קאמיש ווי זי משל'ט אויס דעם מאן מיט די לאנגע בארד "ער איז א גרויסער קנאי גייט צו אלע הפגנות קעגן די מדינת הציונים". (אגב יידל די מעלות רעדאקטארין איז מרת יונגרייז - כהן נישט ראטה. ווען איך האב איר ג'אימעילט לעצט איז איר אימעיל געווען יעשיבע נעט און זי האט טאקע נישט קיין אינטערנעט צוטריט ווען איך האב איר פרובירט צו געבן לינקס, קען זיין די דעטאלן פון דעם נארישן ארטיקל זענען נישט גראד געזויגן פון פינגער).
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך ריינער » דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:02 pm

יידל האט געשריבן:נ.ב. מ'האט מיר מעורר געווען אין אישית אז מרת. מעלות הייסט נישט ראטה. זאל זיין אזוי.

מרת מעלות פערזענליך הייסט יונגרייז, איר מאן איז די ראש הכולל אין סאטמאר מאנסי (ר' חיים יהושע) ער שרייבט אסאך די תורה ארטיקלען . מעשיות פון צדיקים - א.ד.ג. די ערשטע פאר פעדזשעס יעדן חודש.
איר טאכטער הייסט ראטה, א גרויסע שרייבער, און זי שרייבט אסאך ארטיקלעך אין די מעלות.
ריינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:20 pm

יידל האט געשריבן:כ'מיין, וואס איז פשט? אז איר ווייסט נישט וואס די חילוק פון "אינטערנעט" און ווארלד ווייד וועב" איז, דאן פילט אן אייער מויל מיט וואסער! וואס איז פשט פון אזא נארישן ארטיקל? דעם אויספיר פונ'ם ארטיקל מיט'ן נס פונ'ם קינד וואלט איך נאך אראפגעשלונגען, ווי נישט ווי איז דאס דאך זייער מהלך. אבער ביז אהין? רבוש"ע, איך ווייס נישט וויאזוי זי שעמט זיך נישט.

ווי עס זעהט אויס, ווען עס קומט צו די ענינים פון האקן קעגן אינטערנעט איז די שכל הישר נישט ערלויבט אריינצורעדן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2005
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3854 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:59 pm

זי איז נישט דער איינציגסטער. רוב אזעלכער וואס באקומען זייער אינפארמאציע איבער טעכנאלאגיע פון צעטלעך אין שוהל און סיטיפילד דרשות ליידען אויף די צימישעניש, א חלק פון די כללותדיגער מהלך פון די מערכה וואס האט באשאפען אזא מאנסטער וואס רופט זיך "אינטערנעט", וכמדובר כמה פעמים.

למעשה קומט ארויס פון דעם א טובה, ווען פארשידענע תמימים פרעגן מיר אן ווי האסטו דאס אדער יענס, קען מען ענטפערן (בערך ווי משה געציל האט ערגעץ מסביר געווען), נעה, איך האב אימעיל אויף מיין קאמפיאטער, און פעיסבאק אויף מיין טעלעפאן. אינטערנעט? חס ושלום!.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3629
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1679 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5286 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:19 pm

א נייער דרגה אין טפשות. און וואס איז דער והמבין יבין? איך מיין זי לאזט דא קיין סך פאר די אימעזינאציע.
בייגעלייגטע פיילס
mallos1.jpg
mallos1.jpg (32.21 KiB) געזען געווארן 856 מאל
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:20 pm

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4149 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:27 pm

באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2656
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 2897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2296 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:49 pm

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 5889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2191 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:42 pm

מאדנע, אבער לעצטענס באקום איך א שלעכטער געפיל צו מיין באליבטע מעלות.
WELL, עס איז אפשר א גוטע זאך צו פייטן טעכנאלאגיע, אבער אויף א נארמאלע אופן. הער אויף איבערצוטרייבן אז עקסידענטס פאסירן וועגן ווידעאו קליפס פון א קעמרע, און נאך פילע מעשיות וואס מען זעהט 'אפן' דעם יד ה' ווי ער איז ברוגז אויף טעכנאלאגיע, טראץ אונזער הסתרת פנים! ווער מיר נישט קיין "אכשר דרא'ניק", און הער אויף גיין אזוי עקסטרעם מיטן קאפ אין וואנט אריין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13988
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16044 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:50 pm

ס'מיר געווען באליבט ביז אין די אנהויב סמ'ך יארן. זינט זיי האבן געטוישט דעקל האט עס איינגענומען א ירידה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4149 מאל

הודעהדורך הערשי » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:18 pm

ואני הקטן נתגדלתי על ברכי מעלות, און ס'אפשר א בחינה פון בירא דשתית מניה לא תשדי ביה קלא, אבער הא גופא איז ווייטאגליך ווייל מעלות איז געווען דאס איינציגסטע אשר אמרנו בצילו נחיה און ס'איז דורכאויס לחם כזבים.
כ'רעד נישט פון די באטריבנע השקפות און אותות ומופתים ווי שוין אויסגעשמועסט דא. די א"ג באלערנדע ארטיקלען זענען אנגעפיקעוועט מיט גרייזן און עמי-הארצות, און ס'גאנצע בריאה באטראכט מיט היינטצייטיגע חרדישע ברילן. אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).
כ'ווייס נישט צו אין לויף פון די יארן האט זיך מעלות געטוישט צו איך האב זיך געטוישט, אבער אמאל פלעג איך דאס גלייכן און היינט קען איך קוקן נאר אויפן דעקל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:42 pm

הערשי זאגסט גוט. גראדע די מאמע לשון קאלום האלט איך איז לויבנסווערד. אינדערצייט וואס אלע חרדישע אויסגאבעס מאכן פון אונזער מאמע לשון א קריפל, פרובירט די מעלות אנצוהאלטן איר ארגינאלקייט און שיינקייט. מען האט שוין געשמועסט דא אז מעלות קומט זיך קרעדיט אויף אריינברענגען גייסטישע מחלות ווי או סי די א.ד.ג. אלס א פאקט ביים גאר פרומען ציבור. אןיך איז די מעלות א נעסטל פון פעמאניזם וואס איז נישט בנמצא ערגעץ אנדערש ביי חרדים וחרדות לדבר השם.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1839 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:13 pm

הערשי האט געשריבן: אפילו די מכלומרשטע אידישע סטאנדארד איז א וויץ. ס'איז צום באגריסן די אנשטרענגונג נישט אריינצוברענגען קיין ענגלשיזמען, אבער דאס שאוועניזם אין "מאמע לשון" קאלום וואו אידיש טרומפייטירט איבער איר פארגרעבטע-רייכע-שוועסטערקינד ענגליש און דאס געמאכטע-געלערנטקייט אין "וואס איז די מקור" מיט די פילע "ווארשיינליכע" מקורות שפורדעלט מיט אזויפיל קליינקעפיגקייט אז יעדער בעל נפש תצלנה שתי אוזניו, וואס דרך אגב אין אידיש זאגט מען גרילצן די אויערן, נישט גריצלן די אויער (שכוח מעלות).

נו, לאז אונז נישט מיט'ן צינג אינדרויסן, גיב ארויס עפעס פרטים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4757
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7564 מאל

הודעהדורך George » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:45 am

זייער שיין אויסגעשמוסט דא
ס'איז דא משפחות וואס מ'ווארט שוין ראש חודש אויף 12:00 פאר די מעלות...

מיינע צוויי סענטס:
לייענדיג די בריוון דארט האב איך באמערקט אז חוץ זייער עקסטרעמיזם, זענען זיי זייער שטארק מיט זייערע מיינונגען, טאמער איז דא א בריוו פון א לייענער וואס שרייבט עפעס קעגן זיי אדער דיסעגריט מיט זיי, ענטפערן זיי אפ זייער שארף, אסאך מאהל וועלן זיי אטאקירן דעם שרייבער(מיט ווערטער) און מאכן ליצנות פינעם בריוו, בעסיקלי אז וואס זיי האבן געזאגט/געשריבן איז פסוק וחתום, מ'טאר נישט האלטען אנדערש.

איין ארטיקל וואס איך פלעג זייער ליב האבן צו לייענען איז געווען פון צ. הירש, עפעס אזוי ווי א חינוך ארטיקל, ער פלעגט דארט שרייבן זייער שיינע געדאנקען ווי אזוי צו פירן א שבת טיש, א יו"ט, חוהמ"ד מיט קינדער, און בכלל די רילעישאנשיפ פון די טאטע מיט די קינדער ווי אזוי דאס דארף צו ארבעטן, ער שרייבט געשמאק, מיט הומאר, און היפש עדזשאסטעט צו 2012 (ווען איך האב עס געליינט איז נאך געווען 2012)

אינטערעסאנט אנצומערקן אז מעלות איז לכאורה די מאסט פאפעלער מעגעזין ביים היימישען אלטרא ארטעדאקסישען עולם.
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:47 am

ס'איז. ס'פארקויפט מער ווי די שטערן. בעליוו איט אר עלס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9463
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4149 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט