פרישע טעגליכע אויסגאבע אין די בתי מדרשים, 'דער טאג'!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

פרישע טעגליכע אויסגאבע אין די בתי מדרשים, 'דער טאג'!

שליחה דורך אוי טאטי »

היינט איז ערשינען אין די וויליאמסבורגע בתי מדרשים, א פרישע אויסגאבע מיטן נאמען 'דער טאג', אין צוגאב צו די פיר בלעטלעך וואס קומען שוין ארויס יעדן טאג.

אבער די נייע בלעטל איז אביסל אנדערש, עס איז מער אזוי ווי א דינע קונטרס, (לוח הציבור סטייל) און ער שטעלט צו יעדן טאג די נייעס, און א וויץ פארן טאג, א תורה פארן טאג, א מעשה פארן טאג, ווי אויך שרייבט ער וועט ער האבן שיעורים דערויף.

די היינטיגע אויסגאבע איז געווען פול מיט טעותים (ספעלינג), ווי אויך די וויץ איז נישט געווען אזוי איי איי איי.. עס קען זיין עס איז נאר ווייל ער איז נאך ניי, און מיט די צייט וועט ער ווערן בעסער, לאמיר האפן!.
ווי אויך דארפן מיר ווארטן צו זעהן צי עס וועט זיך אויסארבעטן, אדער עס וועט גיין א גאנג אזוי ווי אלע אנדערע וואס האבן זיך שוין געעפענט.

בלייבט אונז נישט איבער מער ווי איהם אנוואונטשן, ער זאל האבן אסאך הצלחה אין זיין נייע ביזנעס!

נ.ב. אויב איינער קען ארויפלייגן א בילד, זאל ער נישט צעגערן.. 
!..If you go black, you'll never go back

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר