"ניו יארק טיימס" רעדוצירט אומזיסטע ארטיקלען

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

"ניו יארק טיימס" רעדוצירט אומזיסטע ארטיקלען

שליחה דורך אנאליזירער »

אין א פרישע שריט אויסצוגעוואוינען אינטערנעט-באנוצער פון באקומען קוואליטעט נייעס-באריכטן אומזיסט, טוט דער "ניו יארק טיימס" מעלדן אז אנגעפאנגען פון אפריל וועט דער צאל פון אומזיסטע ארטיקלען וואס א נישט-סובסקרייבער קען לייענען רעדוצירט ווערן פון 20 צו 10 א חודש.
עס איז כדאי צו באמערקן אז אפילו מ'איז שוין איבערגעגאנגען דעם צאל פון די ערלויבטע אומזיסטע ארטיקלען, קען מען לייענען ארטיקלען צו וועלכע מען קומט צו דורך א לינק אין פעיסבוק, טוויטער אדער פון סוירטש ענדזשינס. נאכדעם וואס מען האט שוין געליינט די 10 ארטיקלען פאר דעם חודש, איז דא א באגרעניצונג פון פינף ארטיקלען פער טאג פון יעדן סוירטש ענדזשין.
אזוי אויך אויף דעם אומזיסטן עפפ פון דעם "טיימס" קען מען האבן אומזיסטע צוטריט צו אלע הויפט-נייעס ארטיקלען.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר