הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

הגונב מן הגנב, פאלגריזים אין שטיבל

שליחה דורך משה געציל »

פריער האט זיך דא אין שטיבל אפגעשפילט א סענזאציע ווען איינער איז געגאנגן און קאפירט א העכסט געלונגענע ארטיקל פון ידידנו ר׳ קארל און געפענט א פרישע אשכול אינטערן קעפל ״די וועלט אמאל״, עכ״פ אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט בהשקפה ראשונה. פארשטייט זיך אליינטס אז אונזער געטרייע הנהלה האט תיכף פארשפארט דעם אשכול.
וואס האט מיר אבער געקוועטשעט איז, ממילא ער נעמט א ארטיקל פון איין זייטל און פאסט עס אויף א צווייט זייטל קען איך נאך אפשר דערהערן, עס מיז דאך נישט זיין אז איינער וועט עס באמערקן. אבער גיין נעמען א ארטיקל פון ״קאווע שטיבל״ און ארויפלייגן אויף ״קאווע שטיבל״... איך מיין... גאט אין הימל?! עס וועט דאך גלייך זיין וואס וועלן עס באמערקן! וואס איז געווען זיין חשבון דא???

לאחר חקירות וגגלגות בין איך ב״ה דערגאנגן וואס דא איז פארגעקומען. א בלאג מיטן נאמען דאס אידישע ווארט וואס האט זיך לעצטענס געפענט, האט געזוכט שטאף פאר זיינע ליינערס. דערזענדיג אזא געלונגענע שטיקל פון קארל איז ער געגאנגען -נישט מער און נישט ווייניגער- גענומען קארל׳ס תגובה, געקאפיט, משנה שם געווען דעם קעפל, און יאללא... פרישע סחורה פאר זיינע געטרייע בלאג ליינערס. פארשטייט זיך אן אנגעבען סיי ווי א מקור! פאלגריזים לכל הדיעות.
מה עשה הקב״ה? הזמין שניהם לפונדק אחד... האט זיך געמאכט אז פערצאפל איז דארט געווען א קאווע שטיבל מעמבער, דערזענדיג אזא גוטע ארטיקל האט ער געטון דאס זעלביגע וואס דער בעל הבלאג האט געטון געקאפיט און אהער געברענגט אין קאווע שטיבל.

דער בעל האשכול -נישט וויסענדיג אז יענע ארטיקל איז געגנבטע סחורה- איז ווייטער באגאנגען א פארברעך מיטן אהער ברענגען דעם ארטיקל אן צו ברענגען א מקור דערצו. נישט נאר איז ער באגאנגען א פארברעך, נאר ווען ער זאל ווען צוברענגען א מקור וואלט ער זיך איינגעשפארט היבש אביסל בזיונות -הגם טייל ליינער וואלטן גלייך באמערקט אז עס קומט פון אונזער שטיבל- מיז דאך אבער נישט זיין אז ער האט געליינט א יעדען תגובה דא. למעשה האט ער נישט צוגעצייכענט א מקור, האט אים עס געקאסט אביסל אומזינסטיגע בזיונות.
הלכהדי׳ג קען מען אים טאקע נישט באשולדיגן ווייל ער איז דאך בס״ה א גונב מן הגנב וואס איז פטור (עכ״פ אויף כפל זיכער), נאר חוקי השוכלי דארף יא מחייב זיין נישט צו באגיין אזאנס, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס איז זייער גרינג נאכצוגיין.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר