"הייסע נייעס" יא, אויב מ'רוקט צוריק די מעלדונג צייט

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

"הייסע נייעס" יא, אויב מ'רוקט צוריק די מעלדונג צייט

שליחה דורך outspoken »

בשנים קדמניות, פאר על גואר האט אויסגעטראפען די אינטערנעט, פלעגט מען גיין יעדען ציפרי צום NEWS STAND געוואר צו ווערן די לעצטע נייעס וואס טוט זיך אויף די וועלט, פארשטייט זיך אז ס'פלעגט זיין א גרויסע קאמפעטישען ביי די צייטונגען, יעדער האט געוואלט האבן די פרישטע נייעס, פלעגט זיך מאכען אסאך מאל ווען ס'געווען NEWS IN THE MAKING בשעת'ן גיין צום דריק, האט די צייטונג אויסגעפירט די מעשה, האפענדיג אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אזוי ווי זיי גייען עס דרוקן, וואס דאס איז געקומען מיט א ריזקע, ווייל אויב די נייעס האט זיך אויסגעשטעלט אנדערשט ווי זיי האבן עס געדריקט, האבן זיי פארלוירען זייער צוטרוי צום ליינער, אדער זענען זיי געווארן ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט, אזוי ווי די באוויסע ערשטע פעיטש פון Chicago Tribune. וואס איז געשטאנען א טאג נאכן עלעקשען אין 1948 מיט גרויסע ווערטער "Dewey Defeats Truman" וואס זיי ליידן נאך דעפון עד היום.

היינט צו טאגס מיט די נייעס בלאגס, האבן זיי געטראפען א לייזונג צו די פראבלעם, פשוט און פראסט זיי קענען באשרייבען א "הייסע נייעס" וואס איז געשעהן א פאר שעה פריער, און זיי ריקען צירוק די REPORTING TIME אז עס זאל אויסקוקן ווי זיי ברענגען 'שנעל' די לעצטע נייעס, און אויב ספעלט נאך אויך אויס וועלן זיי אליין שרייבן ''קאמענטס'' כאילו מ'רעדט שוין אפאר שעה אויף די בלאג פון די דאזיגע נייעס.

האט איר דאס אויך באמערקט? שרייבט אייער עקספיריענס.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר