פריש אויף די פאליצעס: "המצב-מאגאזין". לויפט און קויפט!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
אדוואקאט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 13, 2012 4:31 am
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

פריש אויף די פאליצעס: "המצב-מאגאזין". לויפט און קויפט!

שליחה דורך אדוואקאט »

היינטיגען דאנערשטאג ווען איר וועט אריינשפאצירן אין די געשעפטן וועט איר זיך באגעגענען אויף די פאליצעס מיט א נייער הערליכע אויסגאבע מיט'ן נאמען 'המצב', א הערליך גראפירטער פובליקאציע וועלכע אנטהאלט אין זיך 72 זייטן פון דראמאטישע בילדער, נייעס באריכטן, אפהאנדלונגען, איבער די 'פילער-דעפענ'ס אפעראציע' וועלכע איז אינטערגענומען געווארן דורך מדינת ישראל, און איבער די שווערע קריג צושטאנד ווען פליענדע ראקעטן האבן באהאגעלט פילע געגענטער איבער ארץ ישראל. "המצב" וועט אייך נעמען אויף א שפאציר איבער די גאסן אין ארץ ישראל און עזה וואו איר וועט מיטהאלט'ן פון די נאנט דו אנגסט און פאניק, פארכט און אנגעצויגענקייט מיט וואס אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה האבן מיטגעלעבט. "המצב" מאגאזין טוט די וואך דעקן אלעס ארום דער 'מלחמה', און קומט און א ספעציעלער קליינער פארמאט וועלכע פארגרינגערט דאס ליינען.

דער פובליקאציע איז הערליך-שיין גראפירט, און געשמאק אדורכצובליקן דורכאויס דעם שב"ק, און וועט אייך ברענגען א ריכטיגער עונג שבת בעזר השם, און ס'איז דא צובאקומען אין אלע חרדישע געגענטער.

לויפט און קויפט!

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר